בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגי' כסלו תשפ"א11/26/2020

נייעס
תלמידי ישיבתינו "ישיבה גדולה בארא פארק" וואס האבן זיך ביז היינט אויפגעהאלטן אין סיגעט האבן זיך נעכטן בס"ד אריבער געצויגן צו א נייע פראכטפולע בנין און סטעט"ן איילענ"ד.

און די קומענדיגע טעג וועט פארקומען די מעמד 'חנוכת הבית' און שפיץ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און די ראש הישיבה הגה"צ גאב"ד ציעשנוב שליט"א
מער פרטים וועט נאכפאלגן.
הרחיבו מקום אהליך!

פרייטאגי"ט מרחשון תשפ"א11/6/2020

נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזיכט אין די "תלמיד תורה" דמוסדותינו הק' בארא פארק פון די עלטערע כתות נאכן חומש סעודה
נייעס
"חומש סעודה" דורך מוסדותינו הק' בארא פארק פארגאנגענעם וואך דינסטאג אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךי' מרחשון תשפ"א10/28/2020

באריכט
נעכטן אין בארא פארק האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזוכט אין תלמוד תורה דמוסדותינו הק', דער רבי האט זיך ארומגעדרייט און אריין אין אלע כתות זיך צוקיקענדיג מיט א קורת רוח אויף די קול תורה פון די הונדערטער תשב"ר.

אויפן וועג ארויס האבן זיך באגריסט מיט רבינו שליט''א חברי הנהלת מוסדות ראחמיסטריווקא ווי מען האט ארומגערדט איבער די מסי"נ פון האלטן אפען די תלמידי תורות ווי ער האט זיך אויסגעדריקט פארן רבין "מדארף באדאנקען דעם רבי'ן דער רבי געבט דער שטארקייט אריין פאר יעדעם איינעם."
דער רבי האט געווינטשען ברכות קדשו "דער אייבישטער זאל האלטן א רעכטע האנט אויף אלע מוסדות", און ארויסגעברענגט "מדארף זעהן צו האלטן אפען, נישט טשעפענען די גאווענער מדארף לערנען ווייל מ'דארף לערנען מטשעפעט נישט מיטן גאווענער"

"דרוש בשלום העיר."

דינסטאגט' מרחשון תשפ"א10/27/2020

באריכט
היינט נאכמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין בארא פארק אין ביהמ"ד הגדול ווי די רבי האט באשיינט די חומש סעודה במוסדותינו הק' ביי די דב"ק האט די רבי ארומגערעדט "פייערדיגע דברי חיזוק ודברי מחאה" ארויסגעברענגט די שבח פון די הנהלת המוסדות און די עסקנים וואס האלטן אפען די מוסדות
און פארדאמט די פראטעסטן אין ב"פ זיך רייצן מיט די גוים בעת מיר זענען אין גלות וואס איז געמאכט געווארן דורך בנין נערים אן קיין שום דעת תורה ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלש"ק "..אונז מאך מיר נישט קיין מהומות אין די גאסן און מטאר נישט מאכן קיין מהומות אין די גאסן" ..חלילה וחלילה מיט צושטיין מיט דעם" ..אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים גייט ארויף אויף דעם"

מאנטאגג' תשרי תשפ"א9/21/2020

בילדער · 12
מעמד הכנסת ספר תורה צו בית מדרשינו 15 בארא פארק בנדבת כ"ק הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א אין שפיץ פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

די ביהמ"ד אנגעגרייט לכבודה של תורה
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין אחיו כ"ק הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א ביים אריינשרייבן א אות
אין ביים מסיבת לחיים

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די פייערדיגע ריקודי קודש אין גאס אין אינעם ביהמ"ד און ביים פארזאגן לדוד מזמור

כ"ק הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א אין כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א ביים טאנצן מיטן תורה

פרייטאגכ"ב אלול תש"פ9/11/2020

בילדער · 4
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פאמגאנגענעם מאנטאג ביים באזיך אין בארא פארק באזוכט אין היכל התורה בית חי' אין אינעם כולל דקהלתינו הק'
שעפענד'יג א קורת רוח פון קול תורה אינמיטן טאג
בילדער · 4
תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' אין ב"פ ביים אדורכגיין און
ערהאלטן מטבעות קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם מאנטאג ביים באזיך פון רבין אין שטאט צוליב'ן לערנען שעות

מאנטאגי"ח אלול תש"פ9/7/2020

באריכט
היינט און די פארמיטאג שעהן נאך שחרית איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין בארא פארק ווי עס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' אין ב"פ ווי די רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש

נאכדעם איז די רבי אראפ צום היכל התורה בית חי"ל ווי די רבי האט זיך צוגעקיקט צו די קול תורה און ארימגעגאנגען צווישען די טישן פון דארט איז די רבי אריבער צו די כולל און ארימגעגאנגען צווישען די טישן
און געשעפט א געוואלדיגע קורת רוח פון די התמדת התורה אין שטאט

דאס איז אלעס.