זונטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד לר' שלמה חיים כהן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד לר' יואל ראובן לעווי הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד לר' יואל ברמ"ש ווייס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד לר' אלכסנדר יעקב גרינוואלד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר טובי בראך הי''ו. ב''ר דוד שלמה בערגער הי''ו. ב''ר יהושע פנחס שעהנפעלד הי''ו. ב''ר משה מערץ הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ב'.
דערנאך איז אריין אל הקו''פ הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א מנהל הישיבה ואב''ד צאנז קר''י אינאיינעם מיט די עסקנים פאר די הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן אין די ישיבה דעם קומענדיגן דאנערשטאג הבעל"ט דורך די תלמידי הישיבה, ער האט געצייגט פארן רבי'ן אז די ס"ת האט מען געשריבן כהוראת רבינו שליט''א מיט אלע פרטים ותיקונים וואס דער רבי האט מעורר געווען ביים התחלת הכתיבה בכל פרטיה ודקדוקיה, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן מנהל שליט''א און די עסקנים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארמיטאג ארום 2:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם דריטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:45.
נאכמיטאג אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד' דורך הרה''ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט''א מראשי הישיבה, דער רבי האט אריינגעפירט די ס"ת אין היכל הביהמ"ד און געטאנצען מיט גרויס התלהבות פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די ראשי הישיבה דער נדבן הרה"ג ר' יצחק יעקב שליט"א און הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א צו טאנצן מיט די תורה, דער רבי האט דאן פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעורורות. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרונקען לחיים און ווארעם געוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן פאר די גאנצע משפחה און פאר אלע בחורים. ביי די קורצע ד"ק האט דער רבי ארויסגעברענגט די שמחה וואס איז דא ווען מען הייבט אן צו שרייבן א ספר תורה און די שמחה ווען מען ענדיגט שרייבן א ספר תורה און די השפעות וואס קומט אראפ ביי א הכנסת ספר תורה, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר הרה"ג ר' יצחק יעקב שליט"א און אנגעווינטשן פאר די בחורים מען זאל זוכה זיין צו 'אחור וקדם צרתני' מקשר צו זיין סוף התורה לתחילתה און זוכה זיין צו שידוכים במהרה.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:00. ארום 10:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת הכנסת ספר תורה נעכטן בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד' דורך הרה''ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט''א מראשי הישיבה, בהשתתפות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday24 Adar II 57823/27/2022
Report
שב"ק פרשת שמיני שבת פרה מברכים חודש ניסן 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' אנטשיל ברה''א עקשטיין הי''ו (מאנסי).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15. נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר ישיבת בית יוסף אין פראנקרייך. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא - ווי אויך האבן זיך אהנגעזעהן א שיינע קבוצה מתלמידי ישיבתינו הק' ב"פ - און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו מנהל מוסדותינו בבית שמש, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "וידום אהרן" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עשה לפני הדיבור עדיף.
קה אכסוף: הרה''ג ר' שלמה הערש בר''א עקשטיין שליט''א מו''ץ בקהלתינו, ברכהמ"ז: הרה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק התפארת שלמה זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ''ט אדר. קה רבון עלם: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב''ר משה ארי' ברש''ה עקשטיין הי''ו, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יעקב ברייטשטיין הי''ו (בית שמש). מען האט געענדיגט ארום 12:30.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און ביי די הויכע שמו"ע פארגעזאגט די יוצרות לשבת פרה, מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אהרן קויפמאן שליט''א (מאנטריאל) און הרה''ח ר' אפרים יוסף עפשטיין הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א.
עליות. כהן: החתן ב''ר הערש פנחס מאשקאוויטש הי''ו, לוי: החתן ב''ר מנחם ישעי' לעווי הי''ו, שלישי: החתן ב''ר פנחס פראנקל הי''ו, רביעי: החתן ב''ר יעקב יודא גפן הי''ו, חמישי: החתן ב''ר צדוק היילברוין הי''ו, שישי: החתן ב''ר יעקב קעסלער הי''ו, שביעי: הרה''ח ר' יואל עפשטיין הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו (וומסב"ג), הגבה די ערשטע ספר: הרה''ח ר' שלמה הערש בר''ד עקשטיין הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יוסף לייב ברוין הי''ו.
מפטיר - פ' פרה: רבינו שליט''א. נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' אהרן מנחם גרשון אונגאר הי''ו.
הגבה די צווייטע ספר: הרה''ח ר' יעקב ברוינער הי''ו (ב"פ), גלילה: הרה''ח ר' שמואל הירש פעלדמאן הי''ו. רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות.
מוסף: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל מאיר שפילמאן הי''ו. מען האט געענדיגט 12:50.
ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען נגוני שמחה לרגל הולדת הבת ביים אייניקל הרב יוקל שליט''א, רבינו שליט''א האט געוואונטשן לחיים פארן זיידן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א פאר די בני המשפחה און פארן גאנצע ציבור. די שמחת הקידושא רבה איז פארגעקומען בבית מדרשינו דברי יואל בוומסב''ג, ויקרא שמה בישראל הענא זיסל נאך די עלטער באבע, די מאמע פון הגה''צ ר' יוסף משה מייזליש ז''ל אב''ד ווייטצען. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:50. מנחה: הרה''ח ר' פנחס פראנקל הי''ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הר''ר הערשל כ''ץ שליט''א (וומסב''ג) כהן: הרה''ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג) הי''ו, לוי: הרה''ח ר' בערל פעלדמאן הי''ו (מאנטריאל) שלישי: הרב ר' מרדכי ראזענפעלד שליט''א (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק אין די קריאה פון פרה ''זאת חוקת התורה'' און געטייטשט אז דאס וואס אידן זענען נכשל געווארן אינעם חטא העגל האט מגדיל געווען די חשיבות פון קבלת התורה, אפילו מען איז אין אזא נידריגע מדרגה וואס טמאת מצרים האט זיך אנגעזאמעלט אין זיי מיט דעם אלעם זענען זיי צוגעקומען צו אזא מדרגה פון נעשה ונשמע און נישט מכח זכות אבות, און דאס קומט לערנען אז לפעמים האט א איד שווערע נסיונות און ער איז נישט מנצח דעם יצר, בשעת קיום המצוות קומט דער יצר הרע און דערמאנט אים און פארקלאפט אים דעם אפעטיט, אדרבה יעצט זענען זיינע מצוות אסאך מער חשוב ווייל עס ווייזט אז ער האט נישט קיין זכות אבות וואס מעשה אבות סימן לבנים נאר אלעס איז זיין אייגענע עבודה.
ידיד נפש: הרב ר' מרדכי ראזענפעלד שליט''א הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' וואלף ברוינער הי''ו (בארא פארק) רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:25.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday22 Adar II 57823/25/2022
Report
פרייטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה הלל עסטערייכער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר יעקב קאפל יוסף גלאנץ הי"ו. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה 'מעיין התורה' במוסדותינו הק' בבארא פארק. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יהודה שעהר הי''ו. ב"ר יואל פאסטערנאק הי''ו. ב"ר ישראל יודא יעקב גאלדבערגער הי''ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדען 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א. פאר הודו האט מען געזאגט די תפילה קודם התפילה פון רבין ר' אלימלך זיע"א, בשעת רבינו שליט''א האט מאריך געווען בדמעות שליש וואס האט זיך פארצויגן נאנט צו א האלבע שעה. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד לרגל די יומדהל"ק, דער רבי האט געטרונקען לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים, די מגי"ש און פאר אלע בחורים, און דאן משמיע געווען דברות קודש בגודל קדשתו ואורו הבהיר פונעם בעל הילולא וואס האט איבערגעלאזט א רשימה דקדושה ביז צום היינטיגן טאג, אז דאס אז עס איז נאך דא א איד היינט מיט יראת שמים איז נאר אדאנק די כח הקדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, און דערנאך ארומגערעדט איבער די הייליגקייט פון די תפילה קודם התפילה, און מסיים געווען בדברי שבח פון די ישיבה וברכת קדשו.
פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:40.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק אין מאלן ווייץ לקראת יו"ט פסח הבעל"ט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר הטחינה און דערנאך אליינס געמאלן די ווייץ בטירחא דגופא פאר א לענגערע צייט.
נאכמיטאג אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדען 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יעקב קעסלער הי''ו - ר' יואל בר"א קויפמאן הי''ו באולם כינור דוד. ר' צדוק היילברוין הי''ו - ר' יואל עפשטיין הי''ו באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הגה''צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק' בקר''י ע"פ אחיו הרה"ח ר' אשר זאבעל ע''ה.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:30, ארום 9:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' משה יודא גאלדבערגער הי''ו - ר' יצחק שטויבער הי''ו.
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מאלן ווייץ לקראת חג הפסח הבעל"ט, היינט בהיכל המתיבתא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 12
תפילת שחרית ומסיבת לחיים נאכן דאווענען בביהמ''ד רב טוב אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה מעין התורה דמוסדותינו הק' בבארא פארק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים צינדן 5 ליכט, און ביים זאגן די תפילה פון רבין ר' אלימלך זיע"א נאנט צו א האלבע שעה בדמעות שליש, היינט ביומא דהילולא קדישא פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.