בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday13 Kislev 578111/29/2020

News
כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א האט זיך צווישן אנדערע היינט משתתף געווען ביים צענטראלן שבע ברכות 'בחצרות קדשינו' אין ביהמ"ד ישמח משה, ווי ער איז מכובד געווארן מיט ברכות ראשונות
News
"דעת תורה וחובת השעה"
דברות קודש פונעם מנהיג ישראל כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם מוצ"ש ויצא
וזאת התורה לא תהא מחולפת!!!
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים הרב נתן דוב שווארץ -ק"י הרב נפתלי הירצקא פריעדמאן -ק"י
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' מרדכי הערש שפיצער -ק"י ר' משה דוד פערלמוטער -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' אנטשיל גאלדבערגער -ק"י ר' אברהם יצחק פלאהר -ק"י באולם בית רחל פאראדייס
Report
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -מוצ"ש וישלח פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#2
א גאר ברייטער קאמיטע מיט ארום 21 מיטגלידער, קאמבינירט פון עסקנים, אווענט פלאנירער, שעפערישע מוחות, און עמך יונגעלייט, זענען אריינגעטאן ראשם ורובם אהערצושטעלן א הערליכן דינער פראגראם, פון וואס "אלע זאלן הנאה האבן מבואו ועד צאתו".

פארן עפענונג'ס דרשה, לדוגמא, איז שוין אויפגעברענגט געווארן "13 זאפטיגע רעיונות פון רעדנערס", און אינאיינעם זיפט מען אדורך די באזונדערע מעלות פון יעדע מהלך. און אזוי איז מיט די פילע אנדערע חידושים וואס זענען שוין אינעם צוגרייטונג פאזע.
News
מוצש"ק איז געווען אויף א באזיך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הגה"צ אב"ד קלעסאן שליט"א -בביתו נאוה קודש ווי די רבי האט אים געגעבן א מתנה ספר הק' 'לב אהרן' עה"ת בראשית -דרוש ואגדה
News
היינט נאכן דאווענען איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אויף א באזיך אינעם 'מצה בעקעריי' דקהלתינו הק' קרית יואל ווי די רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע מהודר'דיגע סדר האפייה.
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים בן הרבני הנגיד ר' חיים אברהם ווייס -ק"י ובן הרה"ג ר' ישראל העניך שעהר -ק"י

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל א' פסוק ב'
News
היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר יחיאל יודא פריעדמאן -בארא פארק
News
דאנערשטאג און פרייטאג ויצא האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געדאווענט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה
דאנערשטאג פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די הבחור ב"ר יואל ברב"י ווייס -ק"י

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכענטליכע סוגיא שיעור און די שיעורי הישיבה מס' שבועות דף מג:, ווי די רבי האט איבערגעלאזט א שטארקע קשיא
News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די צענטראלע שבע ברכות 'בחצרות קדשינו' הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א קומט פאר אין ביהמ"ד ישמח משה צוגעשטעלט דורך מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און פונעם אבי הכלה רב הביהמ"ד שליט"א
שישו ושמחו בשמחת רבינו
Photos · 2
הגה"צ דומ"ץ דינוב שליט"א באזיכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איינצוליידענען צום שמחת החתונה פון בתו הכלה תחי' פארגאנגענעם וואך
News
שבת איז פארגעקומען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די קריאת השם לרגל הולדת הבת ביי הרב שלום טויב בן המחותן הגה"צ אב"ד קאלוב ב"פ
און ביי ר' יואל ב"ר הערשל בראך
ר' חיים הערש אקער
ר' משה ארי ב"ר שלמה הערש עקשטיין
News
ליל שב"ק ביים עריכת השלחן הטהור פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מען אריינגעברענגט באנדלך און מען האט געזינגן נגוני שמחה לרגל די שלום זכר ביים רבינס אייניקיל הרב ליפא אשכנזי

אויך איז פארגעקומען די שלום זכר פאר ב"ר יחיאל יודא פריעדמאן -ב"פ
Report
גאר שטארקע דב"ק דברי הדרכה דברים קילורין לעינים זענען געהערט געווארן היינט מוצ"ש דורכ'ן מנהיג ישראל כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים דינער לטובות מוסדותינו הק' בבארא פארק איבער די דרך המלחמה און די יעצטיגע צייטן קעגן די גזירת החינוך, ווי די רבי האט קלארגעשטעלט אז מען מיז שטיין 'פעלזן פעסט' און זיך נישט אוועקרירן פון די ביז יעצטיגע סדר ותוכן הלימודים און אז מען מיז ווייזן די ריקן פאר די רעגורונג און זיך נישט געפעלן פאר זיי.

צום ערשט האט די רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברי שבח פאר די הנהלת המוסדות וואס האבן געהאלטן אפען די מוסדות במסירת נפש און דערמיט געוויזן פאר די רעגורונג אז זיי האבן צוטיען מיט א 'עם קשה עורף' ווי מען האט טאקע געזען אז די רעגורונג האט זיך געבראכן, און דאס דארף מיר טיען מען דארף אראפ שטעלן א אומ-בויגזאמע שטעלע פונעם יהדות החרדית אז מען גייט גארנישט משנה זיין און אונזער חינוך, ווי די רבי האט אויסגעשריגן צום רעגורונג "..אונז האמיר א חינוך א גיטע חינוך, זייער חינוך טויגט נישט 'אונזער חינוך איז משופרא דשופריא' און די רעגורונג זאל וויסן אז אונז גיימיר נישט טוישן נישט 'די יארן ווען מען זאל לערנען' און נישט 'די שעות' און נישט 'די ספר מיט די תוכן הלימודים' אזויווי סגעווען ביז היינט וועט זיין ווייטער.."
דאן האט די רבי ארויסגעטראטן קעגן די נייע לימוד פון "קאמאן קאר" ווי די רבי האט דערמאנט אז ער האט זיך נישט אריינגעלאזט און דעם ענין און האט נישט קיין מיינונג לא לכאן ולא לכאן ווייל סאיז נישט קיין נפק"מ להלכה!
"דערביי האט די רבי געזאגט די קלארע הוראה: "ביי מיר שטייט א ווארט פונעם פעטער ז"ל לגבי די לימודי חול מען מעג לערנען מיט די קינדער לימודי חול אבער מען זאל אכטונג געבן אז "סזאל נישט ווערן געשמאק און נישט צוענדיג" און דעי נייע תוכן הלימודים "דאס איז אז סזאל ווערן געשמאק און ציענדיג" במילא איז עס ביי אונז 'פסול'
'צו עס איז יא כשר צו עס איז נישט כשר' איז אונז נישט נוגע לדינא ביי אונז ליגט די הוראה פונעם פעטער ז"ל.
ביי אונזערע מוסדות וועט מען לערנען לימודי חול ווי די רעגורונג פאדערט, אבער די ביכלעך וואס מען האט געלערנט פאר 20 יאר צוריק!

דערביי האט זיך די רבי געוואונדן צו געוויסע עסקנים וואס טיען מאכן פשרות מיט די לימודים און די רבי אויסגעשריגן צו זיי סאיז א "טעות גדול" ווייל דאס מיינט אז זיי טיען אנערקענען פאר די רעגורונג אז סאיז דא א פלאץ ווי מען דארף זיך פארבעסערן, "אונז זאג מיר פאר די רעגורונג אונזער חינוך איז גוט און די רעגורונג זאל נישט אריינזאגן קיין דעות ווי אזוי צו פירן אונזער חינוך"
די דרך פון די אגודיסטישע פארטיי איז צו מאכן פשרות, 'דעי עסקנים זענען פארבינדן צו אגודיסטן' וויל איך זיי בעטן "זייטס נישט קיין אגודיסטן!! און מאכטס נישט קיין פשרות!!! אז עטץ וועט ארויסקומען מיט א פשרה וועט עטץ ארויסגיין 'ללעג ולקלס'!! 'כלל ישראל וועט נישט מקבל זיין קיין פשרות'
מיט דעם וואס עטץ ברענגטס אריין די נייעה שיטה פון לימודי חול ווילט עטץ געפעלן פאר די רעגורונג, "אונז וויל מיר נישט געפעלן" 'ווייל סאיז נישט קיין נפק"מ וואס זיי זאגן יא, און וואס זיי זאגן נישט,
אונז וועל מיר נישט משנה זיין און מען טאר נישט משנה זיין.

Shabbos Kodesh12 Kislev 578111/28/2020

News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט און דעי מינוטין אנגעהויבן -ביים דינער לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק די דב"ק דברי הדרכה פאר אנ"ש אין שטאט
מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף קול סאטמאר 845-951-1110 #311
אדער אויף די בעק-אופ נאמבער
339-207-8688
News
היינט מוצ"ש קומט פאר די יערליכע דינער "יומם ולילה" לטובת מוסדותינו הקדושים בבארא פארק, קומט פאר אין עטרת חי' אין שפיץ פון די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע וועט אויך אויפטרעטן מיט דב"ק דברי חיזוק והדרכה פאר אנ"ש.

אויך וועלן אויפטרעטען
יו"ר המעמד: הרה"ח פמ"מ ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש
דבר המעמד: כ"ק הגה"צ גאב"ד ב"פ שליט"א
דבר המוסדות: הרה"ח ר' אהרן וועלץ -מנהל המוסדות
מיט דברים נפלאים: הרה"ג ידען נפלא ר' שלום שרגא פאפלאנאש.
צאו בהמוניכם להרמת קרן התורה!
Show earlier days