בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday29 Adar II 57824/1/2022

File
גליון 'מגנזי המלך' גליון מ'.

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא דצדיקיא שחל היום:

הרה"ק בעל תפארת שלמה זצוק"ל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי תזריע תשפ''ב183 KB
Notice
מנחת ביכורים פון תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל פאר כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לרגל די הכנסת ספר תורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת תזריע - החודש שנת תשפ"ב לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא פינת יקרת
בענין: מים שלנו, מקורה, טעמה וסגולתה
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 תזריע חו''ל5.3 MB
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים סעודה לגמרה של תורה, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארטיילן מטבעות קודש פאר די בחורים תלמידי הישיבה וועלכע האבן געלערנט שעות רצופות און בעפארברייטונג צום הכנסת ספר תורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
תפילת מנחה בהיכל הישיבה נאכן הכנסת ספר תורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן היינט בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, בהשתתפות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Thursday28 Adar II 57823/31/2022

Photos · 12
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים געבן די שיעור סוגיא, און ביים מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, היינט נאך שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
כי בנפשינו הדבר!
כלל ישראל לענגאויס ניו יארק סטעיט אנשים, נשים און קינדער העכער 18 זענען פאראייניגט מיט א ברענעדיגע פלאקער למען עתיד דורותינו אונטער די מעכטיגע ״כלל ישראל שטימע״ דרייוו צי אינטערשרייבן די אוועקגעשטעלטע בריוו צי די באורד אוו ריגענד׳ס ארויסצוברענגן אונזער שארפע התנגדות צום ביטערע גזירות החינוך וואס לייגט אריין אונזער הייליגסטע און טייערעסטע און א שרעקליכע סכנה היל״ת
שרייבט יעצט אונטער די פאראייניגטע כלל ישראל בריוו דורך שיקן א טעקסט מיט די ווארט Start צי 7184074253 אדער אויף
https://unitedklalyisrael.org/#/

עשה למען תינוקת של בית רבן!
Report
מיטוואך פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' מאיר משה מאשקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר אשר יצחק ווידער הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד סיום הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בר מצוה בחור מנהל הישיבה און אלע בחורים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש צום ערשט האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אויף די וואכעדיגע סדרה און געבעטן די בחורים צו זיכן א תירוץ, און ארומגערעדט בשבח הישיבה וועלכע איז אויסגעשטיגן לשם ולתפארת דעם ערשטן זמן, און משמיע געווען דברי התחזקות פאר די בחורים און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש היות ס'איז נאך חודש אדר זאל נאך זיין מרבה בשמחה עס זאל זיין גוטע שידוכים במהרה פאר אלע בחורים. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה א סעט מספרו לב אהרן.

פארמיטאג אום 1:45 האט רבינו שליט"א געגעבן דעם זעקסטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, מען האט געענדיגט ארום 2:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווייטער משיב געווען און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים בעומק הסוגיא א לענגערע צייט.

נאכמיטאג אום 6:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ועתה כתבו לכם את השירה הזאת

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן בהיכל הישיבה היינט דאנערשטאג דורך די תלמידי הישיבה אינאיינעם מיט משפחת הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו לע''נ בתם ע''ה.

ביים אנקומען איז דער רבי ארויס אין א ריקוד קודש אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך דעם מעמד האט מען געזינגען מערערע ניגונים בהתעוררות רב, און הבה''ח אליעזר ווייזער הי''ו האט אויפגעטרעטן מיט חרוזים לכבוד המעמד, נאך די חרוזים האבן די עסקני חבורת אתקינו ללימוד שעות רצופות איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א בשם די גאנצע ישיבה א מנחת בכורים פון 10,237 שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי הישיבה אלס הכנה צו די הכנסת ספר תורה ועפ''י קריאת קדשו פון רבינו שליט''א פארגאנגענעם פורים קטן און האבן איבערגעגעבן א קוויטל כוללת פון אלע תלמידי הישיבה וואס האבן געלערנט פון 36 שעות און העכער.

מען האט אריינגעברענגט די ספר תורה, דער סופר הרה''ח ר' שלמה הערש שעהר הי''ו האט צוגעגרייט דעם קולמוס, רבינו שליט''א האט געזאגט הרינו כותב לשם קדושת ספר תורה און אריינגעשריבן די לעצטע אויתיות, בשעת דער רבי האט געשריבן האט מען געזינגען נגוני התעוררות.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו פארן מנהל הישיבה הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י פאר אלע רמ''י ובחורי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בעניני סיום כתיבת ספר תורה און די השפעות וואס קומט אראפ, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פון ישיבתינו הקדושה וועלכע האבן געלערנט ביז סוף זמן ווי די התחלת הזמן, דערנאך האט רבינו שליט''א געבעטן אלע בחורים פון אלע סניפי המתיבתא זאלן לערנען און מסיים זיין מס' הוריות פון ר''ח ניסן 12 בלאט, יעדן טאג א בלאט גמרא רש''י לע''נ רביה''ק בעל ברך משה זיע''א און בעפארברייטונג צום יומדהל''ק קומענדיגן כ''ו ניסן, און מסיים געווען בברכות קדשו.

נאך די דב''ק איז רבינו שליט''א געגאנגען הגבה מיטן ספר תורה און געטאנצן מיטן תורה אויפן פלאץ א לענגערע צייט דערנאך איז הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו געגאנגען גלילה, און רבינו שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט די ספר תורה בהתלהבות ובשמחת התורה פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דע מנהל הישיבה און הרה''ח ר' נחמי' הי''ו צו טאנצן מיט די ספר תורה. מען האט געענדיגט ארום 9:20.

נגיל ונשיש בזאת התורה כי הוא לנו עוז ואורה

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 9:30 ביז 11:30.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, און ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
מעמד סיום כתיבת ספר תורה נעכטן מיטוואך בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, וואס ווערט אריינגעגעבן היינט בהיכל הישיבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday27 Adar II 57823/30/2022

Photos · 3
שמחת קישור החיתון פון נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט''א. עב"ג הבה"ח שליט"א נכד הרה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ 15 שליט"א.
נעכטן דינסטאג אין שטוב פון הגה''צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 15
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית ומסיבת לחיים ומעמד סיום הזמן מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי היינט בביהמ''ד רב טוב בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל יערמיאש הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ''ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט ארויסגעברענגט בשבח הישיבה וועלכע איז אפען ביזַ יו"ט פסח, און ווארעם אנגעווינטשן פאר די ראשי הישיבה און פאר די בחורים.

פארמיטאג אום 1:45 האט רבינו שליט"א געגעבן דעם פיפטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, מען האט געענדיגט ארום 2:20, אויפן וועג ארויס האט דער רבי משיב געווען און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים בעומק הסוגיא א לענגערע צייט.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת קישור החיתון פון נכדת מרן רבינו שליט''א הכלה בת הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך, אין שטוב פונעם אבי הכלה הגה''צ ר' יואל שליט''א. ארום 4:00 איז דער רבי אנגעקומען, עס זענען אויך אנוועזנד געווען די חשובע זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די יחוס פון די חתן וכלה למעלה בקודש, און סיפורים ועבדות פון די גרויסע זיידעס מייסדי השלשלת, דערנאך האבן חתן כלה מקבל קנין געווען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור.

ביים ארויסגיין האט דער רביַ געוואונטשן פאר די כלה, און דערנאך געדאווענט מנחה. נאך מנחה האט דער רבי מסדר געווען די תנאים און דער חתן האט מקבל קנין געווען, און מען האט קובע געווען דעם זמן פון די מסיבת הנאים אויפן קומענדיגע חול המועד פסח.

דערנאך איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט''א בבית הגה''צ ר' יואל שליט''א, הגה"צ ר' לייבוש האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז גריבוב ב"פ לרגל די חתונה פון בתו הכלה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרבני הנגיד ר' בנימין פילופסאן הי"ו ע"פ אשתו ע"ה. און פון דארט איז דער רבי געפארן קיין וומסב''ג. ביים אהנקומען איז דער רבי אריבער געגאנגן מנחם אבל זיין הרה"ח ר' זלמן לייב ואחיו הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי''ו ע"פ אמם ע"ה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער געגאנגן לבית מדרשינו המפואר בנין בראך צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הנהלת ישיבה לצעירים וומסב''ג לכבודו פון החתן הרב יעקב אהרן קראסנפעלד הי''ו, מיוחד פאר די חברה משכימי קום שע''י ישיבה לצעירים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און פארן מחותן, פאר הגה''צ אבד''ק שליט"א און פאר די רמ''י הישיבה, און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש בגודל ענין השכמה בבוקר ללימוד התורה.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז אום 1:00 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. אום 11:50 האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. בשעת די זמני כניסה זענען געווען אויף א קורצע אסיפה עטליכע הויעכגעשעצטע עסקנים ואישי הציבור בנוגע דעם מצב פון אחב"י פליטי אוקריינא וועלכע קומען אהן קיין אר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הנהלת ישיבה לצעירים וומסב''ג לכבודו פון החתן הרב יעקב אהרן קראסנפעלד הי''ו, מיוחד פאר די חברה משכימי קום שע''י ישיבה לצעירים, נעכטן דינסטאג בבית מדרשינו בנין בראך בוומסב''ג, בהשתתפות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים סוגיא שיעור בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, און איז זיך מפלפל בריתחא דאורייתא מיט תלמידיו הנאמנים בעומק הסוגיא, נאכן שיעור און אויפן וועג אהיים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday26 Adar II 57823/29/2022

Report
מאנטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שלמה זלמן עפשטיין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ב'. דערנאך זענען די אויסלענדישע בחורים תלמידי הישיבה אריין זיך געזעגענען בקודש פנימה בחדרו הפרטי.


פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געגעבן די סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי משיב געווען און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים בעומק הסוגיא.

נאכמיטאג ארום 6:30 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' יושע כ"ץ שליט"א אב"ד מאגרוב, ער האט איבערגעגעבן א גריס פונעם בית האופה המהודרת דקהלתינו הק' בקר''י נאך וואס ער האט געבאקן מצות לקראת יו''ט פסח, און האט שטארק משבח געווען די הידורים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני סופרות, איבער די פראבלעמען פון די מזוזות וואס רבינו שליט''א האט מעורר געווען, ווי דערביי האט דער רבי געוויזן א מזוזה וואס איז רח''ל 'געפרינט' אויף קלף, און ארומגערעדט איבער די כשרות פון די כשר לפסח פראדוקטן, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. אום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:20, און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

הבה"ח הרב ברוך שליט"א
בן הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א (ב"פ).
ר"מ בישיבת חכמת התורה שע"י מוסדותינו וומסב"ג.
בן הרה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ 15 שליט"א
וחתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א

עב"ג הכלה ב"ק תחי'
בת הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א (קר"י).
בן כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
וחתן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א

שישו ושמחו בשמחת רבינו!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 25
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים געבן די סוגיא שיעור היינט מאנטאג בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, און איז זיך מפלפל בריתחא דאורייתא מיט תלמידיו הנאמנים בעומק הסוגיא, נאכן שיעור און אויפן וועג אהיים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days