בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

שמחת רבינו

← ווייזט אלעס

מיטוואךכ"ז אדר ב' תשפ"ב3/30/2022

באריכט
דינסטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל יערמיאש הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ''ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט ארויסגעברענגט בשבח הישיבה וועלכע איז אפען ביזַ יו"ט פסח, און ווארעם אנגעווינטשן פאר די ראשי הישיבה און פאר די בחורים.

פארמיטאג אום 1:45 האט רבינו שליט"א געגעבן דעם פיפטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, מען האט געענדיגט ארום 2:20, אויפן וועג ארויס האט דער רבי משיב געווען און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים בעומק הסוגיא א לענגערע צייט.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת קישור החיתון פון נכדת מרן רבינו שליט''א הכלה בת הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך, אין שטוב פונעם אבי הכלה הגה''צ ר' יואל שליט''א. ארום 4:00 איז דער רבי אנגעקומען, עס זענען אויך אנוועזנד געווען די חשובע זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די יחוס פון די חתן וכלה למעלה בקודש, און סיפורים ועבדות פון די גרויסע זיידעס מייסדי השלשלת, דערנאך האבן חתן כלה מקבל קנין געווען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור.

ביים ארויסגיין האט דער רביַ געוואונטשן פאר די כלה, און דערנאך געדאווענט מנחה. נאך מנחה האט דער רבי מסדר געווען די תנאים און דער חתן האט מקבל קנין געווען, און מען האט קובע געווען דעם זמן פון די מסיבת הנאים אויפן קומענדיגע חול המועד פסח.

דערנאך איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט''א בבית הגה''צ ר' יואל שליט''א, הגה"צ ר' לייבוש האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז גריבוב ב"פ לרגל די חתונה פון בתו הכלה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרבני הנגיד ר' בנימין פילופסאן הי"ו ע"פ אשתו ע"ה. און פון דארט איז דער רבי געפארן קיין וומסב''ג. ביים אהנקומען איז דער רבי אריבער געגאנגן מנחם אבל זיין הרה"ח ר' זלמן לייב ואחיו הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי''ו ע"פ אמם ע"ה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער געגאנגן לבית מדרשינו המפואר בנין בראך צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הנהלת ישיבה לצעירים וומסב''ג לכבודו פון החתן הרב יעקב אהרן קראסנפעלד הי''ו, מיוחד פאר די חברה משכימי קום שע''י ישיבה לצעירים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און פארן מחותן, פאר הגה''צ אבד''ק שליט"א און פאר די רמ''י הישיבה, און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש בגודל ענין השכמה בבוקר ללימוד התורה.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז אום 1:00 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. אום 11:50 האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. בשעת די זמני כניסה זענען געווען אויף א קורצע אסיפה עטליכע הויעכגעשעצטע עסקנים ואישי הציבור בנוגע דעם מצב פון אחב"י פליטי אוקריינא וועלכע קומען אהן קיין אר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגה' אדר ב' תשפ"ב3/8/2022

באריכט
זונטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - שמחת החתונה פון נכד רבינו בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר אברהם יעקב מערמאלשטיין הי''ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ביים אנקומען אין וומסב''ג האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה''ח ר' יושע מערמאלשטיין ע''ה.

דערנאך איז פארגעקומען א ענגע אסיפה בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג בנוגע דעם שווערן מצב פון אחב"י אין אוקריינא.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

אום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג צו די חתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א חתן הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א מיט החתן בנש''ק הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג, בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב וחתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאיהעל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה בביהמ''ד הגדול, און תיכף דערנאך איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

דער מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט, מיט הארציגע דברי כבושין האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' משה יושע ווייס הי''ו. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, די געהויבענע מחותנים און זיידעס, עקסטער האט דער רבי געוואונטשן פאר ש''ב כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וומסב''ג שליט''א א פעטער פון די כלה לרגל די חתונה פון נכדו די וואך אין לאנדאן. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.

מען געגאנגען צום באדעקן אין שכינות'דיגן זאל פון ק"ק קראסנא, און דערנאך האט דער רבי מסדר געווען די כתובה און געבענטשט דעם חתן. דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פון ביהמ''ד הגדול, רבינו שליט''א האט מכבד געווען מיט סידור קידושין דעם זיידן הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א, מיט קריאת הכתובה הגה''צ אבד''ק נעפילמעץ שליט''א א פעטער פונעם חתן, ברכות ראשונות דעם זיידן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א און מיט ברכה אחריתא הגה''צ אבדק''ק ציעשנוב שליט''א א פעטער פונעם חתן.
עדי קידושין: הרה''ג ר' יושע נחמן בערגער שליט''א ראש ישיבת אוהל תורה, און הרה''ג ר' נטע מאשקאוויטש שליט''א מנהל ישיבתינו סניף מבצר התורה בוומסב''ג.
עדי יחוד: הר"ר אברהם יוסף ראזענבוים שליט''א, און הרה''ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי''ו.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס.

נאך די חופה אים 7:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 9:40 איז רבינו שליט''א ערשינען צום סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה און נאך די פיש געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, דערנאך איז דער רבי ארויס אין א געהויבענעם טאנץ מיט בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. במשך די ריקודי שמחה איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.

ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א. ברכות ראשונות: הרה"צ רבי חיים דוד בלום שליט''א. ברכה אחריתא: הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן מיט הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זצ"ל.

דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ די זיידעס הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א, הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א מאיהעל, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. און אום 3:20 איז דער רבי שוין אהנגעקומען לביתו נאוה קודש בקר''י.

יהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגג' אדר ב' תשפ"ב3/6/2022

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

זונטאג פרשת ויקרא, היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו. הכלה נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א חתן הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א, מיט החתן בנש''ק הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג, בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב וחתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.

אום 5:00 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, און דערנאך וועט דער ציבור קענען אריבערגיין אין א שורה פון דרום צו צפון לברך ולהתברך ביום החופה. תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, סעודת החתונה לכל הקהל הקודש תיכף נאך די חופה, הופעת רבינו אום 9:30, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשי"א אדר א' תשפ"ב2/12/2022

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט מוצש''ק קומט פאר די שמחת התנאים פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הבה"ח הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א
בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
עב"ג הכלה ב''ק תחי'
בת הרה"ג רבי יהושע רובין שליט"א
אבדק"ק ראדאוויץ ור"מ בישיבתינו הק' נזר התורה דסאטמאר וומסב"ג.
בן הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א
וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.

די שמחת התנאים קומט פאר אין ביהמ''ד בריזדאוויץ אין בארא פארק בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

מיטוואךח' אדר א' תשפ"ב2/9/2022

באריכט
דינסטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'בית מרדכי' אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ו' ז' ח' סניף הר''ר יואל ווערצבערגער שליט''א. ביים אהנקומען האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים פון די תשב''ר.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט תלמידי כתה ג' ד' ה' סניף הר''ר פישל קויפמאן שליט''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מלמדים און די תשב''ר און דערנאך משמיע געווען דב''ק ודברי ברכה פאר די קינדער און ארויסגעברענגט אז היינט ז' אדר די יארצייט פון משה רבינו דארף מען זעהן צו איינהאלטן די תורה וואס משה רבינו האט געגעבן, און לערנען פלייסיג און דאווענען ערליך, נאך די דב''ק האט דער רבי געגעבן שריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר די תשב''ר.

דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט תלמידי כתה ו' ז' ח', צום ערשט האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מלמדים און די תשב''ר און דערנאך משמיע געווען דב''ק והדרכה בפרט איבער טוען חסד איינער מיטן צווייטן און אויסגעפירט מיט דברי ברכה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

ארום 8:10 ווען רבינו שליט''א איז אנגעקומען קיין וומסב''ג, איז מען צום ערשט אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת המנוח הרה''ח ר' בערל גראס ע''ה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 1:15 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג, ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א הילד בן הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, רבינו שליט''א האט געשוירן פון די האר, און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר'ן חתן חאלאקע און פון די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגב' אדר א' תשפ"ב2/3/2022

באריכט
מיטוואך פ' תרומה ב' דר''ח אדר א', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי ביים אנקומען אין ביהמ''ד איידער תפילת שחרית האט זיך רבינו שליט''א געטראפן און באגריסט מיט הגה''צ ר' אשר עקשטיין שליט''א דומ''ץ בעלזא בארא פארק, ווי ער האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן זיין נייע ספר, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' חיים אברהם קעסלער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל. ביים ליינען האט עולה געווען, שלישי דער בעל שמחה נכד רבינו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א, און רביעי רבינו שליט''א, גלילה נכד רבינו הב' החתן יחזקאל שרגא מייזליש, צו מוסף איז צוגעגאנגען דער בעל שמחה הרב צבי הירש מייזליש שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד לנכדו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, רבינו שליט''א איז געווען סנדק ומוהל, סנדק מעומד: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, אמירת הברכות האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארניפאל שליט''א ויקרא שמו בישראל 'אלכסנדר אשר' על שמו פונעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארטיקוב זצ''ל.

נאכן ברית איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הישיבה, אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש און שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א מתלמידי הישיבה.

בשעת די סעודה האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה דער אבי הבן נכד רבינו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א, מיט'ן זמר 'ברכו נפשי' האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הישיבה הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א, מיט יום ליבשה נכדו הב' החתן יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א, און דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, און דער חתן האט געזאגט א פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארניפאל שליט''א, און די הרחמן'ס חתנו הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט בריקודי קודש בתופים ובמחולות, ווי דער רבי האט געטאנצן מיט נכדו החתן און חתנו הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 2:15.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יוסף לייב זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג)- ר' יואל ברי''א זילבערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' חיים שלום ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל) - ר' זלמן לייב אפעל הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:45. ארום 10:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בערך אים 11:45 איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די שמחת החתונה בבית גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און דערנאך ארויס אין א טאנץ מיט'ן חתן און מיט גיסו האדמו''ר מוויזניץ שליט''א און די איבעריגע מחותנים, בערך אים 1:30 איז רבינו שליט"א צוריק אהיים געפארן למעון קדשו אין קרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךא' אדר א' תשפ"ב2/2/2022

באריכט
דינסטאג פ' תרומה א' דר''ח אדר א', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה 'ישמח משה' בקר''י בהנהלת הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט''א. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל קרויס הי"ו.
ב"ר חיים אליעזר פאלקאוויטש הי"ו.
ב''ר קלמן יעקב ווייס הי''ו.

רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל יחזקאל משולם טעללער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:35 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג, און איז צום ערשט אריבער אויף ניחום אבלים בײ משפחת הרה''ח ר' חיים משה לויפער ז''ל. און דערנאך ביי הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט''א ובנו מוה"ר יואל הי''ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' ב"פ, ע''פ אשתו / אמו ע''ה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז 12:30 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. ארום 11:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די לעגאסי זאל אין ב"פ, מפאר זיין בראש שמחת החתונה בחצרות קדשינו, החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, בן הרה''ג ר' צבי הירש מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו בית נחום דוב בוומסב''ג בן הגה''צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט''א.

דער רבי האט טועם געווען לכבוד די שמחה און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים אין די זיידעס, דערנאך האט הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו בדחנא דמלכא אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן עבודת קדשו ביים מצוה טאנץ, און אויך געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, און איז עקסטער ארויס אין א פייערליכן טאנץ מיט גיסו הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.

נאך די מצוה טאנץ האט דער רבי געוואונטשן פאר די כלה כנהוג, און בערך אים 1:40 איז רבינו שליט"א צוריק געפארן למעון קדשו אין קרית יואל.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

זונטאגכ"ח שבט תשפ"ב1/30/2022

באריכט
שב"ק פ' משפטים מברכים חודש אדר א', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי''ו (קרית טאהש).

מען האט געענדיגט דאווענען 7:15. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' אברהם קייזער שליט''א (ביתר).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' בעריש ראזענבערג שליט''א (וומסב''ג), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם קייזער שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "וכי יזוד איז על רעהו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין.

קה אכסוף: הרה''ח ר' דוד מאיר ווייס הי''ו (ירושלים), ברכהמ"ז: הגה''צ ר' ברוך דוד ראטה שליט''א אב''ד מראה יחזקאל.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ''ט שבט. קה רבון עלם: הרה''ח ר' דוד משה מאנדלבוים הי''ו (בארא פארק).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך האט מען אריינגעברענגט באנדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד להרב צבי הירש מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. אז ביום השביעי: הרה''ח ר' משה גלאנצער הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט 11:35.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל בר''א שטיין שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלום יחזקאל ווידער הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יעקב קויפמאן שליט''א (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה''ח ר' אליעזר זעלצער הי''ו, לוי: הרה''ח ר' אברהם יוסף ווייזער הי''ו (וומסב''ג), שלישי: החתן ב''ר יושע שמואל ווידער הי''ו - באווארפן, רביעי: בעל שמחה ר' יואל ברי''ש בראך הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: בעל שמחה ר' שבתי בר''פ בראך הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: בעל שמחה ר' דוד צוויבל הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א, מפטיר: הרה''ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי''ו, הגבה: הר''ר יוסף קדיש ראבינאוויטש שליט''א, גלילה: הרה''ח דוד מאיר ווייס הי''ו.

רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק קדושת יו''ט זי''ע. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד משה מאנדלבוים הי''ו. מען האט געענדיגט 12:25.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד 5:40. מנחה: הרה''ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל ווייס הי"ו (מאנטריאל), כהן: הרה''ח ר' משה גלאנצער הי''ו, לוי: הרה''ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי''ו (וומסב''ג), שלישי: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט''א אב''ד כומעלניק מאנסי, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יואל בר''ש זאבעל הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט''א, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם'' און געטייטשט אז מיטן כח פון שב''ק קען מען אין איין רגע אויפטוען וואס מען קען נאר אויפטוען און א לענגערע זמן, יעצט אין די לעצטע רגעים פון די מ''ב יום פון די ימי השובבי''ם קען מען מתקן זיין אויב מען האט נאכנישט געטוען די ריכטיגע פעולות און קבלות, א שנת העיבור קומט צו א מתנה טובה פון נאך צוויי וואכן, מען דארף מקבל זיין די ריכטיגע שמירה בעניני קדושה און דעמאלטס וועט זיין א עינא פקיחא אויף אידישע קינדער פון הימל.

ידיד נפש: הרב הערשל אשכנזי שליט''א בן האדמו''ר מסטאניסלאוו לאנדאן, קל מסתתר: הרה''ג ר' אהרן קויפמאן שליט''א (מאנטריאל), שושנת יעקב: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: רבינו שליט''א לרגל די הילולא קדישא. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:05.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ד שבט תשפ"ב1/26/2022

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די "שמחת הבר מצוה" פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הבחור הבר מצוה כמר בנימין חיים מייזליש נ"י, בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, בביהמ''ד ישמח משה בראשות כ''ק מרן רבינו שליט"א.

מארגן דאנערשטאג וועט כ''ק מרן רבינו שליט"א דאווענען תפילת שחרית בבנין התלמוד תורה אויף די ראצפערט גאס אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט'. לכבוד די תפילין לייגן פארן חתן הבר מצוה נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לרגל השמחה.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫

זונטאגי"ד שבט תשפ"ב1/16/2022

באריכט
שב"ק פרשת בשלח שבת שירה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו.

פרייטאג נאכמיטאג ארום 3:45 ביי די שקיעה הנראית האט רבינו שליט''א זיך פורש געווען ממלאכה כמנהגו.

ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה''ח ר' שמואל וואסערמאן הי''ו (וומסב''ג).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10. נאכן דאווענען איז מען אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים ערושלה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט ארום 9:10, דער רבי האט געשמועסט בסיפורים פונעם קדושת יו''ט און עצי חיים זי''ע. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ויהי בשלח פרעה את העם" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי''ו (קר''י). ברכהמ"ז: הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה דקהלתינו הק' בארא פארק.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הפני יהושע זצוק"ל וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י''ד שבט. קה רבון עלם: הרה''ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי''ו (וומסב''ג), אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אהרן יוסף ווייס הי''ו (וומסב''ג). דערנאך האט מען ממשיך געווען צו טאנצן בבקעך ים סוף לכבוד שבת שירה. מען האט געענדיגט ארום 10:45.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:45. רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו פסוקי דזמרה און שחרית לרגל שבת שירה. הלל הגדול און שירה האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק כנהוג. צו הויעך שמו''ע האט דער רבי צוגעשיקט הרה''ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א.

פארן ליינען האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו געמאכט דעם אפיעל פארן ביהמ"ד, און האט פארקויפט אלע עליות.

הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אבא קליין הי''ו (ב"פ), בעל קורא: משב"ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' חיים שאול קאהן הי''ו (קר''י), לוי: הב' ב''ר יואל טירנויער הי''ו (וומסב''ג), שלישי: הרה''ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א, רביעי: משב''ק הב' אלתר ברוך גפן הי''ו, חמישי: הרה''ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א, שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבי'נס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי''ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט און אים געהייסן מאכן א מי שברך. אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר נכדו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט''א לרגל הולדת בתו למז''ט.

שביעי: הרה''ח ר' אהרן יוסף ווייס הי''ו, הוספה: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג), אחרון: הר''ר משה ברוך זילבער שליט''א בן הגה''צ גאב''ד פריימאן שליט''א, מפטיר: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי''ו.

מוסף; הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי''ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידוש לרגל די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו בת הנולד להרב פנחס מרדכי מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, דער רבי האט קידוש געמאכט און מען האט געזונגען נגוני שמחה, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו שמחת ביי אידישע הייזער. מען האט געענדיגט 1:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ב שבט תשפ"ב1/14/2022

באריכט
חלק ב' פר' בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו

מיטוואך


ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד לנכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, דער רבי האט געטרונקען לחיים און מאציל געווען ברכות קדשו פארן גאנצ'ן ציבור.

דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בסיפורים פונעם בעל התניא וצאצאיו ביז צום מהריי"צ וואס זיין יארצייט איז געפאלן דעם טאג, און איבער די חילוקי ההידורים ואופנים ווי אזוי מען כשר'ט א מקוה.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:15 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט איבער די עבודה פונעם בעש''ט ותלמידיו צו ארומפארן און אויפהייבן די פראסטע אידן צו אידישקייט, און איבער דעם מנהג פון געבן א נאמען נאך עלטערן און רבי'ס.

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגז' שבט תשפ"ב1/9/2022

באריכט
שב"ק פרשת בא ו' שבט יומדהל"ק של מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע"א 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו.

פרייטאג נאכמיטאג ארום 3:40 ביי די שקיעה הנראית האט רבינו שליט''א זיך פורש געווען ממלאכה כמנהגו.

ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. און דערנאך ווייטער געדאווענט פארן עמוד קבלת שבת לרגל די הילולא קדישא, ביי מזמור לדוד הבו לה' האט מען געזאגט פסוק בפסוק כנהוג, און נאכן עלינו האט דער רבי געזאגט קדיש.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10. נאכן דאווענען איז מען אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים ערשלה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט ארום 9:20, מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש הרה"ג ר' אברהם דוד וואגשאל שליט"א (מאנסי) מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' משה ברוך זילבער הי''ו (בארא פארק).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "למען רבות מופתי בארץ מצרים" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.

קה אכסוף: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א (קר"י). ברכהמ"ז: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומסב''ג.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון זקינו הגה"ק העצי חיים זיע"א שטייענדיג בעצם יומא דהילולא. קה רבון עלם: ר' יהודא פערלשטיין הי''ו (ב"פ).

נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט באנדלעך און מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד להרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - חדב"ן.

אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יואל עפשטיין הי''ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 10:50.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו אלע תפילות אהנגעהויבן פון פסוקי דזמרה לרגל די הילולא קדישא. ה' מלך, הלל הגדול, שירה, און הכל יודיך האט מען געזאגט פסוק בפסוק כנהוג, און דער רבי האט געזאגט אלע קדישים.

פארן ליינען האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו געמאכט דעם אפיעל פארן ביהמ"ד, און האט פאר
קויפט אלע עליות.

הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הר''ר משה ברוך זילבער שליט''א, בעל קורא: משב"ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק זאב פילאפף הי''ו (וומסב''ג), לוי: ר' בנציון אפסטפעלד הי''ו (ב"פ) הי''ו, שלישי: הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א, רביעי: הגה''צ אב''ד היבנוב ב''פ שליט''א, חמישי: הרה''ח ר' וואלף ברוינער הי''ו (ב"פ), שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבי'נס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' יואל עפשטיין הי''ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט און אים געהייסן מאכן א מי שברך. אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר נכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א לרגל הולדת בנו למז''ט.

שביעי: ר' אברהם מאסרי הי''ו (קר"י). מ'האט געמאכט געציילטע הוספות צווישן אנדערע האבן עולה געווען: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו (קר"י), און נאך. אחרון: הרה''ח ר' ישעי' ברוינער הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הב' ב''ר יצחק זאב פילאפף הי''ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגן צום עמוד צו מוסף לרגל די הילולא קדישא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל בר''י שווארץ הי''ו, מען האט געענדיגט 12:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס