מיטוואך פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי פאר תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה אלי' ווערצבערגער הי''ו, בבית מדרשינו המפואר 'אוהל פיגא' ווי דער רבי איז געווען סנדק. נאכן ברית איז רבינו שליט''א ארומגעגאנגען אינעם גאנצען ביהמ"ד אין באגלייטונג פון די הנהלת הביהמ''ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט ביים פראכטפולע נייע פליגל וועלכע איז צוגעבויט געווארן צום ביהמ''ד, און געהערט א באריכט אויף די ווייטערדיגע פלענער, און איבער די בוי ארבייט צו פארדאפלען און גענצליך איבערבויען די מקוה המפוארה.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה אויף די ראצפערט גאס אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה, לרגל די שמחת הנחת תפילין פון נכדו בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר נכדו חתן הבר מצוה כמר נפתלי אלימלך טייטלבוים ני''ו. אויך האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב''ר נפתלי הירצקא בראך הי''ו. ב''ר יואל לעוו הי''ו. דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות היד פאר נכדו הב' הבר מצוה.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים, לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת ברכה סימא ע"ה רביצין פון מרן העצי חיים זי''ע. נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי שליט''א האט געזאגט דעם יהי רצון כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינע פון די בחורי הת"ת האט פארגעזונגען חרוזים לכבוד השמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בר מצוה בחור און פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש והדרכה.
נאכן לחיים איז דער רבי ארויף בהיכל ישיבה קטנה סניף 'השיב משה' בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א וועלכע איז סטאנציאנירט אויף די אויבערשטע שטאק בבנין הת"ת, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים וועלכע גייען אהן כפקודת הקודש ביז ז' ניסן.
נאכמיטאג אום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ע''ה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יוסף משה אונגאר הי''ו (מאנסי) - הרה''ג ר' אביגדור הערשקאוויטש שליט''א (קר''י), באולם כינור דוד. ר' דוד יודא גאלדבערגער הי''ו - ר' משה הערש ברוין הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אברהם יצחק מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג) ר' לוי יצחק לאנדא הי''ו. ר' הערשל הערשקאוויטש הי''ו - ר' שאול בראך הי''ו.
שמחת הבר מצוה פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א הבחור נפתלי אלימלך טייטלבוים בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א היינט בביהמ''ד ויואל משה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי שליט''א האט געזאגט דעם יהי רצון כנהוג.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי, ווי מען האט געבאקן מצות פאר משפחת כ''ק מרן רבינו שליט"א.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב"ג) - ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו (קר"י), באולם כינור דוד.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און תפילת מעריב ארום 9:15. פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדיש, לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה מחברתו הטהורה פון זקינו הק' מרן בעל עצי חיים ז"ל.
ארום 9:45 איז דער רבי אריבער געגאנגן צום ביהמ"ד ויואל משה מפאר צו זיין בראש פון די שמחת הבר מצוה, פון נכדו הבחור נפתלי אלימלך ני"ו בן הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א, חדב"ן ורב דביהמ"ד ברך משה קר"י.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור. אינמיטן די סעודת מצוה האט דער בר מצוה בחור געזאגט דאס פשעטל. במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רבי ברוך שליט"א און דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א. דערנאך האט דער רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן בר מצוה בחור און פאר חדב"ן הגה"צ רבי ברוך שליט"א און פארן גאנצן ציבור. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דעם בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:10.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגד' ניסן תשפ"ב4/5/2022
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט נאכט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון הבחור נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רבי ברוך טייטלבוים שליט''א רב דביהמ"ד ברך משה קר"י, די בר מצוה קומט פאר אין די 'עטרת פז' זאלן בביהמ''ד ויואל משה.
מארגן מיטוואך וועט רבינו שליט''א דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' במוסדותינו הק' בקר''י, פארן דאווענען וועט פארקומען דער מעמד הנחת תפילין און נאכן דאווענען די מסיבת לחיים לכבוד די שמחה.
לרגל די שמחת הבר מצוה וועט היינט נאכט נישט פארקומען די וועכנטליכע זמני כניסה בקודש פנימה אין וומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
פארן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל בר''ב גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב''ר מנחם דוד מאשקאוויטש הי"ו (וומסב"ג).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה און נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי האט געזאגט דעם יהי רצון כנהוג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו - ר' יואל משה יצחק הערשקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד. ר' מנחם יודא אונגאר הי"ו - ר' יקותיאל יושע בודק הי"ו באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרב יעקב דוב בלאך שליט''א דער הויפט רב פון קיעוו אוקריינע, ווי ער האט זיך באדאנקט פארן רבי'ן פארן אויפשטורעמען די וועלט אין פאר די אלע עסקני קהילתינו וועלכע האבן בשלוחת הקודש זיך אריינגעווארפן בדמים תרתי למען פעולת הצלה, ווי אויך האט ער איבערגעגעבן א פולע באריכט פון די ארטיגע ברייט פארצווייגטע פעולות הצלה פונעם וועד הצלת אוקריינע און אויסגעשמועסט מיטן רבין די ווייטערדיגע פלענער אין פעולת הצלה מדי יום ביומו.
אזוי אויך זענען אריין עטליכע ראשי הקהלה דקרית יואל אויסשמועסן פארשידענע קהל'ישע ענינים. צווישן אנדערע האט רבינו שליט"א קובע געווען אז דער נייער ביהמ"ד אויף די 'באר שבע' גאס אינעם שכונת ויואל משה, וועלכע ווערט אי"ה געעפנט דער שבת, זאל טראגן דעם נאמען 'ביהמ"ד "בית אלעזר" דקהל יטב לב', על שמו פון הגה"צ רבי אלעזר קליין זצ"ל אב"ד באר שבע, זיידע פונעם נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד רבי עקיבא צבי קליין הי"ו.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ (וומסב"ג) און הרה"ג ר' אברהם יוסף יודא אקערמאן שליט"א (קר"י). ר' אהרן שלמה אפפעל (וומסב"ג) און ר' יואל דוד דרעזנער (קר"י).
ארום 12:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו''ץ בקהלתינו הק'. ב''ר שלמה יעקב בערקאוויטש הי''ו. ב''ר דוד יואל כהן הי''ו. ב''ר יוסף יושע גאלדבערגער הי''ו. נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא און דער רבי האט געזאגט דעם יהי רצון כנהוג. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק' אינאיינעם מיט הגאון רבי משה בראנסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה, ווי מ'האט זיך אומגעקוקט אויף די פילע הידורים און חומרות וואס מען האט איינגעשטעלט. דערנאך איז מען אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי דער רבי איז פאר א לענגערע צייט ארומגעגאנגען און איבערגעגאנגען די חומרות והידורים מיט וואס די בית השחיטה צייכענט זיך אויס.
נאכמיטאג ארום 6:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל בר"א קויפמאן הי''ו - ר' מנחם מענדל גאלדשטיין הי''ו, באולם כינור דוד. ר' שמואל אברהם גרינפעלד הי''ו (וומסב''ג) - ר' יואל סג''ל בר''ש קרויס הי''ו, באולם קרן ויואל משה. הרה''ג ר' יצחק מיטעלמאן שליט''א - ר' מרדכי פייערשטיין הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אברהם מרדכי באש הי''ו - ר' משה אלי' עסטרייכער הי''ו. הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט''א - ר' אלכסנדר משה ווייס הי''ו.
ארום 11:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגב' ניסן תשפ"ב4/3/2022
באריכט
שב"ק פרשת תזריע שבת החודש ראש חודש ניסן 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים: החתן הערשל ב''ר אשר חיים ווייזער הי''ו. החתן אברהם חיים ב''ר מנחם יודא אונגאר הי''ו. החתן משה יודא ב''ר אליעזר צבי ניימאן הי''ו. החתן אפרים פישל ב''ר יואל מענדלאוויטש הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן ביומו תתן שכרו קאמפיין במוסדותינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' אלי' שלמה קאהן הי''ו מנהל בית רחל. קבלת שבת: הרה"ג ר' יצחק אהרן גרין שליט''א מנה"ר ישיבתינו הק' סניף ויואל משה, בארא פארק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה במוסדותינו הק' בבארא פארק, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' יעקב יוזשעף הי''ו (בני ברק).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען די מגי''ש פון די ישיבה. כל מקדש: הרה''ג ר' אשר רובין שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מאיר מייער שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש ''לא נתקרר דעתו של איוב עד שראה פרשת אשה כי תזריע", און געטייטשט בדרך דרוש אז אידן ווערן נישט בטל ברוב האומת צו ווייל זענען א דבר הניכר, אדער ווייל זיי ווערן אנגערופן קדוש, אדער ווייל זיי זענען דבוק אינעם בוכ''ע.
קה אכסוף: הרה''ג ר' אהרן וועבער שליט''א, ברכהמ"ז: הרה''ג ר' אשר חיים ווייזער שליט''א מו''ץ בקהלתינו בארא פארק.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ה' ניסן. קה רבון עלם: הרה''ג ר' ישראל ארי' גאלדבערגער שליט''א.
נאך די פירות איז פארגעקומען דער שלום זכר ביי ב''ר אהרן אפרים קארנבלי הי''ו, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יעקב יוזשעף הי''ו (בני ברק). מען האט געענדיגט ארום 12:50.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' אשר חיים ווייזער שליט''א, צו שחרית יוצר והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה 3 ספרים: הרה''ג ר' חיים פריעדמאן שליט''א (בארא פארק), הרה''ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו און הרה''ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' ישראל פערל הי''ו.
עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יושע הכהן גלאנץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו, שלישי: החתן ב''ר אשר חיים ווייזער הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר אליעזר צבי ניימאן הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר יצחק מיטטעלמאן הי''ו - באווארפן, שישי: החתן ב''ר מנחם יודא אונגאר הי''ו - באווארפן, שביעי: החתן ב''ר יואל ברי''צ מענדלאוויטש הי''ו - באווארפן, הגבה ס"ת א': הרה''ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי''ו.
אחרון: קריאת ר''ח: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, הגבה ס"ת ב': הרה''ג ר' אברהם מאיר פערלמאן שליט''א (בארא פארק), גלילה: הרה''ג ר' שלום ווייסמאן שליט''א (וומסב''ג).
מפטיר: קריאת החודש: רבינו שליט''א, נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' שמשון רובינפעלד הי''ו. ר' אהרן בערגער הי''ו. הר''ר יואל בר''ע הירש שליט''א. הגבה ס"ת ג': הרה''ח ר' יושע בודק הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שלמה יואל פריעדמאן הי''ו. ביי די הפטורה האט רבינו שליט''א אויך געזאגט די ערשטע און לעצטע פסוק פון הפטורת שבת ר''ח.
צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לכבוד שבת החודש ושבת ר''ח, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יונה האפמאן הי''ו, און נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא ליום ראשון.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יעקב יושע גרינוואלד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט 1:40. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:00. מנחה: הרה''ג ר' יואל ברי''ב שטערן שליט''א (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו (מאנטריאל), כהן: ר' נפתלי יצחק כהנא הי''ו, לוי: הר''ר יואל בר''ע הירש שליט''א, שלישי: הרה''ח ר' ליפא ניישטאדט הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק אין די קריאה פון החודש ''החודש הזה לכם'' און געטייטשט אז דורך דעם וואס מען איז מעורר מידת החסד אפילו נאך פאר מען בעט איז דא מחילת עוונות אפילו אויף ענינים וואס מ'טוט נישט תשובה ווייל מען געדענקט נישט, יעצט בימי ניסן ס'קומט אראפ השפעות טובות מן השמים, און זכות וואס אידן טוען חסד און מען ווארט נישט מען זאל בעטן וועט הקב''ה אראפשיקן כל מיני השפעות טובות, און אין דעם זכות וועט מען אויסגעלייזט ווערן בביאת משיח צדקינו.
ידיד נפש: הרה''ג ר' חיים פריעדמאן שליט''א, קל מסתתר: הרה''ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
צו מעריב מוצ"ש איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יארצייטן פון די באבעס, די רביצין פונעם עצי חיים ז"ל וואס געפאלט מיטוואך ה' ניסן און די רביצין פונעם קדושת יו''ט ז"ל וואס געפאלט פרייטאג ז' ניסן. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הרה''צ ר' חיים בנימין כהנא שליט''א. ב''ר יואל קאהן הי''ו. ב''ר יודל סאנדעל הי''ו. ב''ר בעריש סאנדער הי''ו. ב''ר יואל מזרחי הי''ו. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' משה ארי' ברש''ה עקשטיין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר דוד יודא זילבערשטיין הי''ו. ב''ר יואל גאלדשטיין הי''ו. ב''ר חיים זלמן שעהר הי''ו. ב''ר ארי' ווייס הי''ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך ארום 12:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד און געגעבן די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 1:00. נאכן סוגיא שיעור איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און משמיע געווען דברות קודש והדרכה לימי בין הזמנים און נאכאמאל געבעטן אלע בחורים צו לערנען מס' הוריות פון ר''ח ניסן און מסיים זיין ביומא דהילולא פון רבינו הברך משה ז"ל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי משיב געווען און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים בעומק הסוגיא א לענגערע צייט.
שישו ושמחו בשמחת התורה כי הוא לנו עוז ואורה
נאכמיטאג איז פארגעקומען די גרויסארטיגע שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל דורך די תלמידי הישיבה אינאיינעם מיט משפחת הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו לע''נ בתם ע''ה.
ארום 5:00 איז די ס''ת ארויס פון ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט''א ראש הישיבה, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצט אויפן פלאץ בהתלהבות אש פאר לענגערע מינוטען און דערנאך מיט געטאנצן און באגלייט די ספר תורה אונטער די חופה לענגאויס צאנז קט., און מכבד געווען די מנהל הישיבה הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י און הרה''ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו ובנו הרה''ח נחמי' הי''ו צו טאנצן.
דערנאך איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש ווי עס איז געקומען אויף א באזוך בקודש פנימה הגה''צ רבי משה בראנדסדארפער שליט''א גאב''ד היכל הוראה בירושלים עיה''ק, עס איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס איבער פארשידענע אינטערעסאנטע שאלות פון זמן קריאת המגילה אין פארשידענע מקומות איז אר"י, מצות, כשרות און שחיטה, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו און אים געגעבן א מתנה ספרו הגדה לב אהרן און אריינגעשריבן כאות ידידות, דער רבי האט אים געלאנדעט אויף זונטאג צו קומען זעהן דעם בית השחיטה און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צום חגיגת הכנסת ספר תורה, רבינו שליט''א האט איבערגענומען די ס"ת און געטאנצן באש קודש פאר א לענגערע צייט און דאן מכבד געווען דעם מנהל הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א צו טאנצן מיטן ספר, דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
נאך מנחה זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי אלע בחורים מתלמידי הישיבה וועלכע האבן געלערנט פון 36 שעות רצופות און העכער ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש. מען האט געענדיגט ארום 8:15.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:20 ביז 11:30. ארום 10:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברב''י קראוס הי''ו - ר' יחזקאל שרגא כ''ץ הי''ו.
ארום 11:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די סעודה לגמרה של תורה, דער רבי איז ארויס אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן מנהל שליט''א, די משפחה און פאר אלע בחורים און משמיע געווען קורצע דברות קודש והדרכה לימי בין הזמנים. מען האט געענדיגט ארום 12:10.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשא' ניסן תשפ"ב4/2/2022
נייעס
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
להולדת הבן שיחי' אצל נכדו הרה"ג ר' יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א ר"מ בישיבת חכמת התורה בן בנו הגה"צ אבד"ק וומסב''ג שליט"א חתן הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג.