בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday13 Nissan 57824/14/2022

File
א בליק אריין אויף די פרעכטיגע בנינים אדירים וואס ווערט געבויעט פאר מוסדותינו הק' במאנסי יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 Monsey Mosdos - Dinner 5782 - Pesach Brochure40.8 MB
Video
מאסיווע חלוקות פארטיילט געווארן און פארקויפט געווארן גאר ביליג לכבוד יו''ט פסח פאר אנ''ש בבני ברק צו העלפן און פארגרינגערן אריינצוברענגן דעם יו''ט. גרויסע חלוקות פון אזויפיל ווי קרוב צו דריי טויזענט פונט קוממיות מצות, פירות, ירקות, בשר ועופות, דגים, ביצים, גרעיפ דזשוס, פעיפער גודס, קינדער און בחורים שיך, און נאך. די חלוקות זענען ערמעגליכט געווארן א דאנק די ווארעמע שטיצע דורך די פולע נדיבי בעם פון אנ''ש תושבי חו''ל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מעמד שמחת החג וחגיגות הרגל אינאיינעם מיט'ן שמחת התנאים פון נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך, מיטוואך ג' דחוה''מ בביהמ''ד הגדול בקרית יואל. שישו ושמחו בשמחת רבינו!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
זמנים לימים הראשונים של חג הפסח בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה

קחו ברכה אל תוך בתיכם!

גליון "קול התאחדותינו מוגדל"
לכבוד חג הפסח שנת תשפ"ב לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמרים נפלאים פינת יקרת
בענין: ספירת העומר אחר הסדר
בענין: שירת הים ליל שביעי של פסח
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

ועוד מאמרים יקרים מלאים זיו ומפיקים, אוצר מלא תוכן, 160 דפים של עונג יום טוב!

טעמו וראו כי טוב!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday12 Nissan 57824/13/2022

Notice
ושאבתם מים בששון! מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ברוב עם הדרת מלך ליל בדיקת חמץ בהיכל ביהמ''ד הגדול בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת אחרי א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אלי' מאיר גוטמאן הי''ו.
ב"ר שלמה יואל לעבאוויטש הי''ו.
נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג.

נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי האחים הנגידים לבית וויינשטאק הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויפן זכות אדיר בית התבשיל וואס זיי האבן אפגעקויפט אינעם בנין התלמוד תורה החדש 'בנין קליין' במוסדותינו הק' קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז דער רבי אראפגעגאנגען אין היכל התורה היכל צבי ויצחק ראזענבערג ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף די פיל געפאקטע היכל מיט לומדים בישיבת בין הזמנים מיט א שטארקע קורת רוח.

דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די שאלות פון חמץ בפסח וואס מאכט זיך ווען מען פארט אויף א פליגער אום חול המועד פסח.

פארנאכטס ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 12:45 אויפדערנאכט ווען דער רבי האט געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת אחרי א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים תאומים בני ר' חיים אלי' קרויס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג.

פארנאכטס ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 12:00 אויפדערנאכט, ארום 10:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת אחרי א' 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג.

פארנאכטס ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 12:00 אויפדערנאכט, ארום 10:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור. בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת נאוואמינסק בארא פארק, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אין די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
לפיכך אנחנו חייבים להודות

ראשי והנהלת קהלתינו הקדושה בארה''ק, ירושלים - בני ברק - בית שמש, דריקן זיך אויס א הערצליכן ברכת ישר כח בשם אנשי שלומינו תושבי ארה''ק פאר די הערליכע חלוקה וואס איז פארטיילט געווארן דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לכבוד יום טוב פסח הבעל''ט, פאר עדת צאן מרעיתו כלל אנ''ש תושבי ארה''ק.

ווי באקאנט האט רבינו שליט''א במשך די לעצטע פאהר יאהר גענומען אויף זיך דעם עול ארויס צו שיקן קיין ארץ ישראל לכבוד יום טוב א תמוכה גדולה ונכבדה דעם סכום פון 1900 שקל (590 דולר) פאר יעדע משפחה צו פארגרינגערן דעם יום טוב פאר אנשי שלומינו, און דערביי מעורר געווען די נגידים פון חוץ לארץ תורם צו זיין פאר דעם חשוב'ן חלוקה וואס איז קרוב ללבו הטהור.

ספעציעל איז די תמיכה נכבדה היי יאהר געווען קרוב ללבו הטהור פון אבינו רועינו מרן רבינו שליט''א און האט געהאט א שטארקע חשיבות, צוליב די שרעקליכע אינפלאציע וואס גייט פאהר איבער די וועלט, ווען די פרייזן פון אלע פראדוקטן גייען כסדר ארויף אויף א אויסערגעווענליכע פארנעם און מאכט גאר שווער פאר א משפחה אריין צו ברענגן דעם יום טוב. דער חלוקה איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד ביי אנ''ש, וואס דורך דעם גרויסן תמיכה וועט דאס פארגרינגערן אריינצוברענגן דעם יום טוב בס''ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

Sunday9 Nissan 57824/10/2022

Report
שב"ק פרשת טהרה שבת הגדול 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, און נאך עלינו געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת חנה ע"ה רביצין פון מרן הקדושת יו"ט זי"ע. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה ווייס הי''ו (ב"פ). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה. הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'.

רבינו שליט''א האט זיך געשטעלט ביי די תורה אויפ'ן טור וואס ברענגט דעם טעם פארוואס ס'ווערט אנגערופן שבת הגדול, און געטייטשט בדרך דרוש אז שבת ווערט נתברר אז השי''ת איז אחד יחיד ומיוחד און אזוי זענען די אידן ראוי לגאולה.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', ברכהמ"ז: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי אשר'ל מ'ראפשיץ זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ערב פסח. קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד לנכדו הרב ר' זלמן לייב ט"ב שליט"א בן הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב"ג). מען האט געענדיגט ארום 1:40.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי), צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, ביי מכלכל חיים און ממקומך האט מען געזינגען כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' ברוך פיש הי''ו.

עליות. כהן: החתן ב"ר ישעי' יצחק רובין הי"ו, לוי: החתן ב"ר יוסף משה אונגאר הי"ו, שלישי: החתן ב"ר יצחק מיטעלמאן, רביעי: החתן ב"ר יואל מענדלאוויטש, חמישי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' יצחק איצקאוויטש הי''ו.

שביעי: הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו, אחרון: בעל שמחה ר' חיים יושע כ"ץ הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, מפטיר: הרה"ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שמחה הערשקאוויטש הי"ו (וומסב"ג), גלילה: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' הלל שפיטצער הי"ו (ב"פ), נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, מען האט געענדיגט ארום 12:40.

מיטאג טיש האט רבינו שליט"א געפירט בהיכל מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ביי קידוש האט מען אריינגעברענגט מאכלי פורים 'קינדל', 'נאנט' און 'פלוטען', ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ ר' ברוך שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה.

נאכמיטאג אום 6:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צום דרשת שבת הגדול, דער רבי האט געמאכט א ברכה און זיך מתעטף געווען בטלית און ארויף אויפן ארון הקודש און געזאגט א תפילה חרישה מיט'ן פנים צום ארון הקודש פארן אנהייבן די דרשה מיט א לענגערע פלפול בסוגיא מצוות צריכות כוונה און דערנאך בדברי דרוש ואגדה, דורך דעם וואס מען טוהט מצוות בין אדם לחבירו קען מען באקומען שכר בעולם הזה, דורך מצוות צדקה וואס אידן זענען יעצט מקיים פאר פסח וועט מען זוכה זיין צו פראווענען די יו''ט פסח בכשרות, און מעורר געווען אויף לימוד התורה, כשרות, צניעות ביי די נשים, מלבושים ביי די אינגעלעך, און גערעדט ספעציעל לכבוד די הרחבת גבולי הקדושה פון די נייע שכונות ויואל משה 'כי אתה ה' הרחיב לנו', די אחריות פון די ערשטע תושבים וואס זיי זענען די יסוד וויאזוי ס'זאל אויסזעהן שפעטער און זיי שטעלן די טאן, די זעלבע ביי די גלילות ארום קרית יואל. און מאריך געווען בדברי הכנה ליו''ט פסח ווי מען זאל מקיים זיין די מצוות היום, למען תספר באזני בנך ובן בנך מען זאל עס פארציילן אויף אזא אופן מען זאל עס קענען איבערגעבן אויף ווײטער, און געוואונטשן עס זאל אריבערגיין דער יו''ט בשלום אן א מכשול. מען האט געענדיגט ארום 7:35 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:00. מנחה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הי"ו, כהן: הרה''ח ר' אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן), לוי: הרה''ח ר' נפתלי אונגאר הי''ו (וומסב''ג), שלישי: חדב''ן הגה''צ ר' שמעון זאב שליט''א רב דביהמ''ד ישמח משה, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יצחק אלעזר גאלדבערגער הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן טור א טעם פארוואס עס הייסט שבת הגדול, דער תכלית פון קרבן פסח איז מקריב זיין זיך אליינס פארן הייליגע באשעפער מיט א מחשבה פון מסירות נפש, אבער אויב מען איז ח''ו געבינדען בתאוות גשמיות קען מען נישט צוקומען צו מסירות נפש, דורך שמירת שבת קודש וואס איז מסוגל צו מכניע זיין דעם גשמיות קען מען צוקומען צו דעם.

ידיד נפש: הרה''ח ר' נפתלי אונגאר הי''ו (וומסב''ג) קל מסתתר: הרה''ח ר' זושא רובין הי''ו (וומסב''ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי''ו, מען האט נישט געזאגט ויהי נועם ואתה קודש. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, ביים ענדיגן איז דער רבי ארויס אויף קידוש לבנה פארענט פון ביהמ''ד און געוואונטשן א גוטע וואך א גוט חודש א חג כשר ושמח. מען האט געענדיגט 10:15.

מוצש''ק איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ''ד שער התפילה דטשערנאוויץ בראשות הרב ר' נפתלי שנעעבאלג שליט''א חתן הגה''צ הדומ''ץ שליט''א און ווערט אריינגעגעבן דעם וואך צום ביהמ''ד, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' מענדל לייב פערלמוטער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר בנימין אלטר פאנעט שליט''א.
ב''ר יואל ראזענפעלד הי''ו.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדען 5 ליכט און ביים דאווענען געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת חנה ע"ה רביצין פון מרן הקדושת יו"ט ז"ל. נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שמעון עסטרייכער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' יואל בר"ה פייערשטיין הי''ו.
וב"ר דוד מיטעלמאן הי"ו (וומסב"ג), נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי האט געזאגט דעם יהי רצון כנהוג.

דערנאך איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' אהרן אפרים קארנבלי הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. און נאכדעם איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ''ד.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברי"צ מענדלאוויטש הי''ו - ר' יונה צבי האפמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 12:00 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' אשר זאב ניימאן הי''ו (וומסב''ג) - הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בית מרדכי בקר''י.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, פאר מעריב האט דער רבי געצינדען 5 ליכט לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת חנה ע"ה רביצין פון מרן הקדושת יו"ט ז"ל. און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

ארום 12:00 איז דער רבי אריבער געקומען אין "שכונת ויואל משה" ווי די ערשטע תושבים ציען זיך בשעטו''מ אריין אין דעי וואכן, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די געגענט און דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויף א כתה וואס ער האט אפגעקויפט במוסדותינו הק' בוומסב''ג. דער רבי האט קובע מזוזה געווען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס איז פארמירט געווארן א שיינע שמועס מיט די נייע תושבים איבער די הרחבת גבולי הקדושה, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Friday7 Nissan 57824/8/2022

Notice
דרשת שבת הגדול ע''י כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בביהמ''ד הגדול בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון 'מגנזי המלך' גליון מ"א.

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא דצדיקיא שחל בשבוע העבר:

הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זצוק"ל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי מצורע תשפ''ב168 KB
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת טהרה - הגדול שנת תשפ"ב לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא פינת יקרת
בענין: עיטור שלחן הסדר בכלים נאים
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מצורע חו''ל13.0 MB
Show earlier days