כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צו מעריב און צו די אסיפה השנתית בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מודעה
אסיפה השנתית שע"י התאחדות אברכים בבית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מעריב, עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף הי''ו (וומסב''ג). נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור. און דערנאך געגאנגען אין מקוה.
ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש, במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 12 מאל תורה. ארום 1:45 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן בהתלהבות אש, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורכן געטרייען 'הויז בחור' הב' דוב אלטר ברוך גפן הי''ו.
ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט די טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל און די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:30.
נאכן סדר איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין פאליש ווי מ'האט געזינגען אחד מי יודע און חד גדיא און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן נוסח הפיוט 'פודה כהלכה צדיקיו יאמרו לו' אפילו פרעה איז געווען מצווה משעבד צו זיין די אידן איז ער נענש געווארן וויייל מצוות צריכות כוונה און ער האט אוודאי נישט אינזין געהאט מקיים זיין די ציווי השם. מען האט געענדיגט 4:10. יום ב' דפסח
דעם צווייטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 11:00. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל ברי''א וויינבערגער שליט''א, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, צו שחרית יוצר והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מרדכי וועכטער הי''ו (וומסב''ג) און הרה''ח ר' חיים אהרן קליין הי''ו. פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' מאיר מייער שליט''א (ב"פ).
עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליעב הי''ו, שלישי: הגה''צ הדומ''ץ שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, חמישי: רבינו שליט''א, הגבה ספר ראשון: הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א דיין בבי''ד צדק, גלילה: הרה''ג ר' פישל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.
מפטיר: הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו: הגבה ספר שני: הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו, גלילה: הר''ר יואל בהרי''ח גרינוואלד הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' לוי יצחק קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, מען האט געזינגען ניגוני פורים כנהוג, דער רבי האט געזינגען דעם פיוט ברך דודי און מכבד געווען מיט אשר הני: נכדו הרב הערשל מייזליש בן חדב''ן הגה''צ ר' שמעון זאב שליט''א רב דביהמ''ד ישמח משה, שושנת יעקב: נכדו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שהיתה עסקה בביעור חמץ' און געטייטשט בענין: אז דורך דעם וואס מען פירט זיך בענווה ווען מען טוט תשובה ווערן די זדונות זכיות. ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו.
8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ג ר' חיים אלישע גראסמאן שליט''א. אפאר מינוט נאכן זמן אז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי''ו נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צו ספירה.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ בקהלתינו און הרב נפתלי הורוויץ שליט''א בן האדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א. פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה''ח ר' שמחה כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' גדלי' יערמיאש הי''ו (ב"פ), שלישי: הרה''ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי''ו, חמישי: הב' החתן ב''ר אברהם הערש שעהר הי''ו (וומסב''ג), שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זײַן האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה: ר' אלימלך ברמ''ח פריעדמאן הי''ו. הרב יואל בערקאוויטש בן הגאון הדומ''ץ שליט''א. ר' עזריאל יודא שווארץ הי''ו. ר' שלמה הערשקאוויטש הי''ו. ר' מנחם זאב זילבערשטיין הי''ו. ר' אברהם אלי' פרידריך הי''ו. ר' משה יודא בר''נ ניימאן הי''ו.
שביעי: הרה''ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי''ו, הגבה ספר ראשון: הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א, גלילה: הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט''א מו''ץ בקהלתינו.
מפטיר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו: הגבה ספר שני: הרה''ג ר' סענדר לאנדא שליט''א מו''ץ בקהלתינו, גלילה: הרה''ג ר' יואל ברמ''א פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו מאנסי.
נאך עטליכע מינוט הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות.
פתיחה צו טל: הרה''ח ר' יודא ווייס הי''ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו. פתיחה לאנעים זמירות: הרב יחזקי' יואל סאמעט הי''ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 2:55.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, דער רבי האט געזינגען דעם פיוט ברך דודי און געהייסן זינגען לכבוד יו''ט, ברכהמ''ז: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאכמיטאג ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה וס"ג, מנחה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל ווייס הי''ו, כהן: הרה''ג ר' זלמן יודא כהנא שליט''א (בית שמש), לוי: הרה''ח ר' אלי' ראטה הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יצחק יודא היימאן הי''ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: ר' יודא פארגעס הי''ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
ביי די תורה האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'מה עבודה הזאת לכם' און געטייטשט בענין, אז אידן עסן און טרינקען צו האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן נישט ווי די אומת העולם וואס עסן צו האבן ווייטער כח צו עסן, די מצה איז משפיע חכמה און געט אריין א כח של קדושה צו עסן לשם שמים.
ידיד נפש: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שלמה קלאגסברוין הי''ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און עס אויסגעטרינקן. מען האט געענדיגט 8:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערב יו''ט פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח און מעיין געווען אינעם נוסח פונעם יעב''ץ. קבלת שבת ומערבית: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש והתעוררות, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט שבת א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש.
די סדרים האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' כשתילי זיתים סביב מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש.
פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך. ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, צום ערשט זיך אראפגעזעצט און געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא און רבוש''ע, און דערנאך אנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו, אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. דער רבי האט געשמעקט בשמים אזוב, און זיך אראפגעזעצט מסדר זיין די קערה, די מצות און די סימנים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט 'קדש' בקול רם כנוסח רבותיה''ק, נכד רבינו הילד משה בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש ביי ביידע סדרים. דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות קודש. במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט צען מאל דברי תורה, תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם מאמר הזוה"ק פיקודא בתר דא, פאר מה נשתנה האט דער רבי געגעבן א קלאטש מיט די הענט כף על כף כנהוג אצל רביה''ק בעל ברך משה זיע''א עפ"י מנהג בעלזא. בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א האט געפרעגט די קשיות און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען. דער רבי האט געזאגט דעם סדר ההגדה ברגש ובנעימה, נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות. ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' ישכר בער בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דערווייל האט דער רבי מעיין געווען און פארשידענע ספרים און הגדות. דערנאך האט דער רבי אראפגענומען א שטיקל אפיקומן און ארומגעשיקט פאר אלע מסובין. נאך די תפילה פון שפוך חמתך בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות כנהוג, דערנאך האט מען געזינגען והוא שעמדה און לכבוד שבת אז ביום השביעי. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים ברגש קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת הנכד שיחי' למז''ט, בן לנכדו הרב חיים הערש אשכנזי שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א וחתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערב יו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברמ''א שעהנברוין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול, מען האט געדאווענט במהירות כנהוג, און נאכן דאווענען נישט געזאגט קיין תהילים. דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און טועם געווען חמצ'דיגע ביר און אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, געמאכט די קנינים און איבערגעגעבן דעם שטר.
ארום 10:35 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און אריינגעווארפן דעם לולב און דעם חמץ אינעם פייער, צוגעווארט עס זאל ווערן פארברענט אינגאנצן און געזאגט כל חמירא בהתעוררות רב מיט די יהי רצון'ס, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט.
ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען, נאך די מקוה, צו די מצה בעקעריי בבנין ישיבה קטנה אויף די געציל בערגער גאס, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט אהנגעטוהן דעם שירצל און אריינגעגאסן וואסער אין די מעל לשם מצות מצוה, דערנאך צוגעגאנגען צום טיש און געטיילט טייגלעך און געוועלגערט עטליכע טייגלעך און דערביי געזאגט פסוקי הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, שפעטער האט זיך דער רבי אומגעקוקט ביי די אויווענ'ס, און דערנאך גענומען חלה מיט א ברכה.
דערנאך אום 4:10 איז דער רבי אריבער צו די גרויסע מצה בעקעריי דקהלתינו הק' אויף דינוב קט. און זיך אומגעקוקט אויף די סדר האפיה ווי מ'באקט די מצות מצוה פארן גאנצן עולם, און האט אריינגעגאסן וואסער אינעם מעל לשם מצות מצוה, און דערנאך איז דער רבי אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש צו אפברענען די ליכט לכבוד יו''ט, און זיך אומגעקוקט אויף די צוגעגרייטע טישן פאר די הונדערטער חתנים צום סדר בליל התקדש חג הפסח.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום בדיקת חמץ - שריפת חמץ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
דאנערשטאג פרשת אחרי א' - בדיקת חמץ
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שמעון יואל קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט די חתנים פון ארץ ישראל און אייראפע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די סדרים במחיצת הקודש.
פארנאכטס ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:55 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צום מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי תושבי קרית יואל, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויף די גמרא אין מס' פסחים אויף די אנשי פפוניא וואס האבן נישט געוויסט וואס איז מים שלנו, און ארומגערעדט דברי הכנה צום יו"ט פסח, דורך שעפן מים שלנו איז מען ממשיך א קדושה אינעם מצה און עס איז מטהר ומקדש ומביא רפואה בעולם סיי ברוחניות עס לעשט אויס די תאוות עולם הזה ובגשמיות עס איז משפיע רפואות לחולי ישראל, דורך מאכן א הכנה בזהירות ובשמחה נאך פארן מקיים זיין די מצוות מצה ברענגט עס אריין א קדושה אין אונזער גוף, אשרינו ומה טוב חלקנו ומי ידמה לנו. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און געזינגען ויהי נועם, רבינו שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט לשם יחוד און געשעפט די וואסער לשם מצות מצוה און אריינגעגאסן אין די קריגלעך, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ודייני קהילתינו צו שעפן מים שלנו. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ בריקודין של שמחה וקדושה אשר בחר בנו מען עם א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ביים זמן ר"ת איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד. נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט בודק חמץ געווען, דער רבי איז ארויס צום דרויסענדיגע צימער און געלייגט די צען ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, און געמאכט די ברכה על ביאור חמץ, און בודק געווען דאס גאנצע הויז , און דערנאך געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.
שפעט ביינאכט איז דער רבי געזעצן א לענגערע זמן און איבערגעגאנגן די רשימות פון אלע קמחא דפסחא נדבות אין די אסטראנאמישע סכומים, וואס דער רבי האט ארויסגעשיקט לכבוד יו"ט דאהי פאר אידן נצרכים, און אין ארה"ק פאר אלע אנ"ש אין ירושלים, בני ברק און בית שמש יצ"ו, ווי דער רבי האט נאך פארענדיגט ארויסצושיקן די לעצטע צדקות פאר יו"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת אחרי א' 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר מאיר וועזעל הי''ו. ב"ר אברהם מאיר ראזענפעלד הי''ו. ב"ר יואל חיים לעבאוויטש הי''ו. ב"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן הי''ו. נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג.