בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday15 Kislev 578112/1/2020

News
כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט היינט באזוכט אין 'ישיבתינו' ישיבה גדולה שיעור ד' ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און ער האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דברי חיזוק פאר די בחורים.
News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת 'הוואך נאכט' פון א איר אייניקיל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב ליפא אשכנזי בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א קומט פאר אינעם שטוב פון זיין שווער כ"ק אדמו"ר מקארוב שליט"א אין בארא פארק.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר יחזקאל וויינבערגער -וומ"ס
וב"ר בנימין זאב גרינפעלד -ק"י
וב"ר נפתלי יעקב דרעזנער -ק"י

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל א' ב'.
News
היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר ישעי שלום פאלאטשעק -ק"י
Report
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" --במעמד קהל רב "בליל המיועד" אודיטאריום הענקי בק"י
-פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#5
ערווארטנדיג א ריזן ציבור בליעה"ר אנצוקומען מיט אזויפיל קארס, האט מען באצייטנס אינזין געהאט די 'פארקינג' דאגה.

למעשה, אויסער וואס מ'וועט היי יאר קענען פארקן אויף די גאסן פון געציל בערגער, קערעסטיר און מירון, וועט מען אויך קענען נוצן די פארקינג'ס פון: פאראדייס: בנין מארקאוויטש: אונטער פארדייס: און אהל פיגא, אבער ווי אזוי קומט מען פון דארט אן צום נייעם בנין?

האט מען שטאדירט די אפציעס, און באשלאסן צו אויספלאסטערן נייע וועגן אונטער די בנינים, מיט א ספעציעלער סדר וויאזוי מ'וועט גרינג אנקומען צום נייעם בנין פון די פארדייס זייט. דער וועג וועט זיין גאנץ אינטערסאנט... אבער ספעציעלע שילדן וועלן אלעס צייגן קלאר.
Report
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" --במעמד קהל רב "בליל המיועד" -פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#4
העמיר געוואויר ווערן... דאס איז זיכער אז פאראדייס האט בה נישט געקענט אקאמאדירן דעם ריבוי עם בליעה"ר וואס קומט זיך יערליך צוזאם ביים 'נאכט פון יאר'. אבער היי יאר איז דאך אן אנדערע מעשה, מגייט דאך באנייען דעם "פרעכטיגן און גרויסן אודיטאריום", א זאל וואס באשטייט פון ארום 12,000 סקווער פיס! דאס איז טויזענטער ס"פ מער ווי פאראדייס מיט'ן שאטער אינאיינעם, האפט מען אז דעם קומענדיגן מוצש"ק וישלח וועט זיין 'אביסעלע' רווח בין עד"ה לעד"ה.

גראדע באטאנען מסיבה-עקספערטן, אז פאר טייל מענטשן וועט דער פלאץ גאר אויסקוקן 'קלענער'... "צוליב דעם מאיאסטעטישן 24-פיס- הויכן דאך וואס מאכט דאס פלאץ אויסזען ווי איין קעסטעלע"... אבער נ'אכן פלאצירן "עטליכע הונדערט" זיצן מער ווי ביז היינט (!). בלייבט שוין נישט איבער קיינע ספיקות.
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' עמרם יצחק וויינשטאק -ק"י ר' פנחס אלימלך ווייסמאן -ק"י
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג יודא שמואל פריעדמאן -וומ"ס הרה"ג נפתלי הערש קאהן -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' חיים פאללאק -ק"י ר' משה וויינשטאק -ק"י באולם בית רחל פאראדייס
News
נעכטן זינטאג האט באזיכט בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הרבני הנגיד ר' אליש ענגלענדער פון לאנדאן.
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר יצחק צבי בערקאוויטש -וומ"ס
וב"ר שמואל שטיינבערג -ב"פ

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל א' פסוק ב'.
News
היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר אלי שניצער -ק"י

Monday14 Kislev 578111/30/2020

Report
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -מוצ"ש וישלח פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#3
קאראנע קאראנע קאראנע... שוין גענוג גערעדט דערפון! שוין גענוג איבערגעקייט וואס ס'האט זיך אלס אפגעטון אין מיין 'הויז חדר'.

אבער איין זאך זענט איר יא נייגעריג: וויאזוי איז געווען "יענעמ'ס גרינע גראז...", וואס האט זיך אפגעטון ביי 'יענעם' אין דעי תקופה, וויאזוי האט מיין שכן זיך געפארעט מיט זיינע נייע-געווארענע בנים הקרויים תלמידים... און וויאזוי האט אלס אויסגעקוקט אין די אויגן פון די קינדער זעלבסט?

ביי א "באצויבערנדע פרעזענטאציע" וואס וועט אויפגעשפילט ווערן ביים דינער אי"ה, וועט איר דאס מיטהאלטן 'לעבעדיג', באגלייט מיט פארשידענע אמת'ע עפיזאדן דאן אפגעכאפט, ארויסגעבנדיג סודות פון הונטער 'אסאך' קוליסן.
Show earlier days