פרייטאג קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר אברהם גברא הי''ו. ב''ר יואל גלאנצער הי''ו.
ביים דאווענען האט מען געזאגט תחנון כנהוג אצל רבותינו הק' ביום המר והנמהר - ה' אייר אפי' בערש''ק. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בקודש פנימה בביתו נאוה קודש כ''ק אדמו''ר מקהל חסידי ירושלים שליט''א וועלכע וויילט אויף דעם שבת אין קרית יואל, ער האט איבערגעגעבן א שיינעם גריס פאר רבינו שליט''א פון די ישיבה קטנה במוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק ווי ער האט לעצטענס פארהערט די בחורים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מנהגים פון בני ארץ ישראל בחוץ לארץ בנוגע די חילוקי הפרשיות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. תאומים בני הרה"ג ר' חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א. ב"ר יואל טאבאק הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור עיון בשיעורי הישיבה, און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה. נאך מעריב זענען אריבער שלום נעמען עטליכע עסקנים מטעם הכנסת אורחים איהעל שע''י חברה קדישא דקהלתינו הק', וועלכע האבן זיך נארוואס צירוק געקערט פון איהעל אונגארן און האבן געגעבן א באריכט פון די פולע אקטיוויטעטן אינעהאלב די הכנסת אורחים לטובת די פילצאליגע רייזענדע.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
אסיפה מיט די רבני וחברי וועד לעניני עירובין דקרית יואל והגלילות שע"י בית הוראה, דעם מיטוואך בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
באזוך פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בבית מדרשינו החדש 'בית אלעזר' בשכונת ויואל משה דעם פארגאנגענעם מאנטאג.
מיטוואך פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד לר' שלמה משולם לאנדא הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד לר' חיים דוד פארגעס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד לר' אלי' פריעד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל משה יצחק הערשקאוויטש הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ב', און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארים 1 אזייגער מיטאג (8 פארנאכטס - אר"י זייגער) האט רבינו שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש והדרכה דורך א הוק-אפ פאר תלמידי ישיבתינו הק' מהרי''ט בבני ברק לרגל התחלת זמן הקיץ הבעל"ט.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אהרן שאול סאנדעל הי''ו - ר' שלמה שעהנברוין הי''ו. ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי''ו - ר' יואל ברמ"ל ראטה הי''ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די רבני וועד העירוב קרית יואל והגלילות אינאיינעם מיט די לומדים בחבורת הלכות עירובין שע''י מבצר הכוללים קרית יואל, ווי זיי זענען איבערגעגאנגען די פלענער צו פארברייטערען דעם עירוב, ווי אויך האבן זיי אנגעפרעגט איבער שאלות וואס האט זיך געמאכט במציאות ובהלכה.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הרב דניאל כהן שליט''א רב דקהל דברי אמת לעדת הספרדים אין קווינס, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער זיין יוגענט אינעם שטאט סאמארקאנד וואו ער האט געלערנט אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג. דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א מנחת ביכורים, פירות און וויין, פאר רבינו שליט"א, און געוויזן פארן רבי'ן דעם נייעם ש"ס 'ממלכת כהנים' וועלכע פארמאגט די פסקי הראשונים, פונעם רמב"ם, ראב"ד, טור, שו"ע, וכו' אלעס אויפן דף הסוגיא. דער רבי האט א לענגערע צייט מעיין געווען און אויסגעשמועסט די פרטי הדפוס, און האט מאציל געווען מברכות קדשו ער זאל מצליח זיין מיט די עבודת הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday3 Iyar 57825/4/2022
PhotoReport
דינסטאג פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל מנחם יודא גאנדל הי''ו. ב"ר משה אליעזר שווארטץ הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד', און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס ארום 7:45 איז דער רבי אהנגעקומען לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג ווי דער רבי האט געהאט אן אסיפה מיט די מנהלים רוחניים פון אלע סניפי ישיבה קטנות שע"י מוסדותינו אין וומסב"ג, איבער דאס נחיצות פון מקצר זיין די ליידיגע בין הזמנים טעג.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה, און ס'האט זיך פארצויגן די זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 1:00 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אויך אריין בקו''פ תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדותינו הק' בוומסב''ג וועלכע האבן ארייגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת די מוסדות במשך די ימי הפורים העעל''ט, רבינו שליט''א האט פארטיילט מתנות ומאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און נאכדעם ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday2 Iyar 57825/3/2022
Photos · 6
סעודת הילולא רבתי של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א בקרב קהלתינו הק' בבית שמש יצ"ו, ביומדהל''ק כ"ו ניסן, נואם הכבוד: הרה"צ רבי יצחק אייזיק שיף שליט"א רב ביהמ"ד נועם אלימלך רמת בית שמש ד'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת קדושים ב' דר''ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יצחק נתן גאנדל הי''ו. ב"ר יואל מרדכי בערקאוויטש הי''ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי און דערנאך האבן די אויסלענדישע בחורים תלמידי הישיבה גומל געבענטשט. נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' יצחק יאזשעף הי''ו, בבית אביו הרה"ח ר' יו"ט יאזשעף הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
פארנאכטס ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען אויף א בליץ באזוך בבית מדרשינו החדש 'בית אלעזר' אין שכונת ויואל משה, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויפן ביהמ''ד און זיך נאכגעפרעגט א לענגערע צייט ביי די מתפללים ותושבי השכונה, דערנאך האט דער רבי געדאווענט דארט מנחה, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויפן טעגליכן שיעור וואס קומט פאר דארט בהיכל הביהמ"ד דורך הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'.