בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday18 Iyar 57825/19/2022

News
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום עריכת שלחה"ט לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Audio
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט ביום ל"ג בעומר, ביים מסיבת לחיים בהיכל המתיבתא, במשנתו של רבי שמעון ב"ר יוחאי, ודברי התעוררות על המצב באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 Audio · 26:28⬇ Download 60.5 MB
Audio
דברות קודש מלהבת אש ע"י כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א, ליל ל"ג בעומר ביים מעמד ההדלקה רבתי לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון ב"ר יוחאי, במקהלות רבבות אלפי ישראל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 Audio · 24:14⬇ Download 22.2 MB
Photos · 5
אשרי העם הם לומדיך

צענדליגע טויזענטער אידן ביים מעמד ההדלקה רבתי לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
רבינו שליט''א ביים אפרעכטן די נאנט צו 70 חאלאקעס.
Video
תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
News
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי
Video
קול ה' חוצב להבות אש

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די פייערדיגע דברות קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים ערשיינען צום מעמד ההדלקה במקהלות רבבות אלפי ישראל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב וספירת העומר בביהמ''ד הגדול בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי

ווי יאר יערליך איז די שטאט קרית יואל פארוואנדעלט געווארן אין א 'מעין קיבוץ גליות' ווי עס זענען זיך צונויפגעקומען שווערע צענדליגע טויזענטער אידן אנשים נשים וטף זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואס איז אפגעראכטן געווארן אויפן ריזן שטח צווישן ביהמ"ד הגדול אינעם מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום, דער מעמד מרומם איז געשאצט געווארן דורך די סטעיט פאליציי צו אריבער 65 טויזענט נפשות באטייליגטע, בליעה"ר כ"י.

גלייך נאך מעריב ארום 9:55 איז די רבי ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער רבי אויסגעבראכן און פייערדיגע ריקודין פאר עטליכע מינוטען. מען האט אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות, נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך די רבי אויפגעשטעלט און אנגעהויבן משמיע זיין זיינע דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, און האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון איז צוגעגליכן צו שב''ק און דער כח וסגולת השבת איז צו ווערן אפגעהיטן פון תאוות רעות, די תורה הק' הייבט זיך אן מיט בראשית ברא, 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און דאס איז געווען די תירוץ פון הקב"ה פאר די מלאכי השרת וואס האבן געפרעגט 'אתי למיחטא קמיך' האט הקב"ה געזאגט אז מיטן כח פון רבי שמעון בר יוחאי וואס האט דעם זעלבן כח ווי שבת קודש קען מען ניצל ווערן פון אלע עבירות, און אונז זעמיר מתפלל צו הקב"ה "היה עם פפיות שלוחי עמך בית ישראל"
אז דער הייליגער תנא זאל העלפן אהנצינדן די הדלקה בלב כל ישראל, און בזכות פונעם הייליגן תנא זאל מען ניצל ווערן פון אלע נסיונות דא אין דעם טריפה'נע מדינה. דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט לענגערע דברי התעוררות בבכיות איבער ישועות ורפואות וואס כלל ישראל דארף און זיך געבעטן ביים הייליגן תנא ער זאל בענטשן אידישע קינדער אויסרעכענדיג בקשות פאר אידישע קינדער, "אנה ה' הושיעה בזכות התנא רבי שמעון בר יוחאי" זאל שוין ווערן פון וי צו טוב און מען זאל געהאלפן ווערן מיט וואס מען דארף. און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור.

נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות נאך לענגערע מינוטין, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב ובבכיות, און דערנאך איז די רבי ארויף אויף די ספעציעלע פלאטפארמע ביים מקום 'מדורת האש' און ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם "ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל און דאס האט געריסן הערצער, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה און הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אב"ד חומעלניק - וואס די זכות הדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך בנו הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי''ו - האט איבערגעגעבן דעם גרויסן פאקל פאר רבינו שליט"א אין די האנט, און פאר לענגערע מוניט'ן איז די רבי געשטאנען מיטן פאקל בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי', בערך 11:00 האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי וואס האט אריינגעשלעפט די רבוא רבבות מישראל אין פייערדיגע ריקודים.

נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד ווי מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערנאך האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל און געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא.

במשך די ריקודין האט די רבי אפגעשוירן נאנט צו 70 חאלאקע אינגלך מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.

נאך די חאלאקעס האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און מעודד געווען די ריקודי אויפן פלאץ, ביז אים 11:50 ווען דער רבי האט פארלאזט דאס פלאץ און איז אהיים לביתו נאוהקודש.

אשרי עין ראתה כל אלה! תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן ר"ת איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול צו תפילת מעריב, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינעף אויל ליכט לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט ספירה בהתרגשות והתלהבות דקדושה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שמואל מאיר דייטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר מאיר מרדכי גלאנצער הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט בעניני ל"ג בעומר, און דערביי געפרעגט א קשיא אין סוגיא וואס מ'לערנט פון די בחורים און געבעטן צו זוכן תירוצים אויף די קשיא. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארנאכטס ארום 8:50 האט רבינו שליט''א געדאווענעט מנחה בביהמ''ד הגדול, נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריין בחדרו הפרטי און עוסק געווען בתורת התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ח ר' יואל יאקאבאוויטש הי''ו (וומסב"ג).

נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק, און ארומגערעדט איבער דעם מנהג פון נישט זאגן קיין תחנון בימי הוד, און פארציילט א סיפור פונעם הגה''ק מרן הדברי יחזקאל ז"ל. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים ווי מען האט זיך מפלפל געווען איבער די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די בחורים פארגאנגענעם סוף ווינטער ביים סיום הזמן מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן בר מצווה בחור און אלע תלמידים.

דערנאך איז דער רבי ארויף צו די אויבערשטע שטאקן פונעם בנין 'בנין קעפעטש' ווי דער רבי איז ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פונעם בוי מייסטער הרה"ח ר' משה נתן בן הרה"ח ר' אביגדור ראזענבערג הי''ו און זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די עזרת נשים וועלכע ווערט געבויעט פארן ביהמ"ד און דערנאך אויף די העכערע שטאקן פונעם בנין ווי עס ווערט געבויעט א שמחה זאל פאר די געגענט און אויפן אויבערשטן שטאק ווי ס'ווערט געבויעט און איינגערישט די ישיבה קטנה סניף זרע קודש, און וועט זיין אין באנוץ אי"ה אויף אינמיטן זומער, דער רבי איז ארום געגאנגן אין אלע שטיבער און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' טובי' אבעלעס הי''ו ע"פ אחותו ע"ה.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. אין דער רבי איז אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען האדמורי''ם מקיוויאשד און מבארנוב שליט"א ע"פ אמם הרבנית מקיוויאשד ע"ה.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:40 ביז 12:30 בביתו נאוה קודש. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

צולעצט זענען אריין די עסקנים פינעם קומענדיגן שבת מלכתא מיוחד פאר די אלמנות דקהלתינו, און האבן איבערגעגעבן א אויספירליכע רעפאראט פאר רבינו שליט"א איבער אלע פלענער פונעם קומענדיגן שבת, און א רשימה פון די נדבנים מאנ"ש לכבוד דעם שבת, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday17 Iyar 57825/18/2022

Video
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז יעצט ארויף אויפן ספעציעלן פלאטפארמע ווי מען וועט זינגען נגוני התעוררות און דערנאך וועט רבינו שליט''א מדליק זיין די מדורת אש און זיך ארויסלאזן אין פייערדיגע ריקודי קודש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
קול ה' חוצב להבות אש

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט אן די פייערדיגע דברי אלוקים חיים איידערן אנצינדן די מדורת אש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

מען קען מיטהאלטן די הוקאפ אויף די בעקאפ נומערן פון קול סאטמאר ווי פאלגענגד.
339-207-8688
727-731-8802


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
ליל ל"ג בעומר 9:55 אויפדערנאכט אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום מעמד ההדלקה במעמד רבבות אלפי ישראל, אויף די ריזן שטחים ארום ביהמ"ד הגדול בקרית יואל.

לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צו תפילת מנחה בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו

בזמן ר"ת וועט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אריינקומען צו מעריב און ספירת העומר, און תיכף דערנאך וועט זיך אי"ה אהנהייבן דער מעמד מרומם במעמד רבבות מישראל בליעה"ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
לרגל דעם מגבית השנתי פון מוסדות יטב לב אין וויליאמסבורג אין די קומענדיגע טעג, שיקן מיר דא בייגעלייגט א לינק פון דעם גאנצן היסטארישן מעמד ההדלקה, מוצש"ק פקודי תשע"ו אין מירון, בראשות רבינו שליט"א.

עס ענטהאלט טרעקס פון התעוררות, ווארעמקייט, בכיות, דערהויבנקייט, און בעיקר שמחה שאין דוגמתה.

מען קען עס דאונלאודן און אנצינדן אין שטוב דורכאויס ל"ג בעומר הבעל"ט.

כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק...

drive.google.com/drive/folders/180…
Video
סובסקרייבט צו סאטמאר'ע נייעס צו באקומען טעגליכע נייעס און אנטוויקלונגען מהנעשה והנשמע בצל הקודש ובחצר הקודש.

יעצט ל''ג בעומר זייט אויך פון די טויזענטער צו מיטהאלטן פון דער נאענט די גרעסטע מעמד ההדלקה לכבוד התנא אלוקי רשב"י, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, במקהלות רבבות אלפי ישראל בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

אין די זעלבע צייט זייט מזכה אייערע חברים מיט די "סאטמאר'ע נייעס" דורכן שיקן די לינק.

קליקט די לינק זיך צו ארויפסיינען


👇👇👇
https://t.me/Satmara_Niyes

וואטסעפפ
וואטסעפפ גרופע

וואטסעפפ גרופע

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
סדר און אנווייזונגען צום מעמד הדלקה הענקי, לכבוד התנא האלוקי רשב"י, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, במקהלות רבבות אלפי ישראל בליל ל"ג בעומר הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday16 Iyar 57825/17/2022

Report
מאנטאג פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארפירט א שיינע שמועס איבער די אידישע היסטאריע פון דער אלטער היים.

שפעט נאכמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף א ביקור גומלין ביי הגאון רבי ישראל יצחק מענדלזאהן שליט"א גאב"ד קוממיות ירושלים, אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הירש קליין הי''ו, ווי ס'האט זיך פארמירט א הערליכער תורה'דיגער שמועס אין פארשידענע מקצועות התורה, דער קוממיות'עא רב שליט''א האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון הבה"ח נכד רבותינו הק' כמר יואל משה בן הרבני הנכבד בנש"ק ר' אשר ישעי' האראוויץ הי''ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און שיין ארום געשמועסט איבער דעם אילן היחוס און די גרויסע זיידעס פון די מחותנים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און מחותנים.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:45 אויפדערנאכט ווען מ'האט געדאווענט מעריב און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days