בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגי"ז כסלו תשפ"א12/3/2020

באריכטפון: Moishy M
באקומען פין איינעם
די פאקטן איבער די פעלדער געזעץ

די אלטע געזעץ האט טאקע נישט ארויסגעשריבן וועלכע און וויפיל לימודי חול יעדע מוסד דארף לערנען, ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט!
די געזעץ האט קלאר ארויסגעשריבן אז די לימודים אין די מוסדות דארפן זיין 'סובסטענשעלי עקוויווילענט', אין אידיש ווערט דאס איבערגעטייטשט צו 'מער ווייניגער די זעלבע' אדער 'גאר ענליך' צו די לימודים אין די פובליק שולעס.

פאר יארן לאנג האט די רעגירונג אוועקגעקוקט אויפן פאקט אז די לימודים ווערן נישט געלערנט, און די מוסדות האבן געלערנט נאר די מינימאלע ווי רביה"ק האט אונז געלערנט.

אבער, ליידער איז מקוים געווארן דעם 'ורדו בכם שנאיכם, מכם ובכם' און די רעגירונג האט אנגעהויבן באקומען קלאגעס אויף 28 מוסדות מ'כלומר'שט אין נאמען פון די עלטערן וואס האבן קינדער אין די מוסדות אז עס ווערן נישט געלערנט די אלע לימודים וואס ווערן פארלאנגט לויטן געזעץ.
נאכן באקומען די קלאגעס האט די רעגירונג מער נישט געקענט אוועקקוקן, און האט זיך געמוזט נעמען אויף די מוסדות התורה, און זיי פארהאלטן פארוואס זיי קומען נישט נאך די געזעץ צו לערנען די אלע לימודים.
יעצט איז אויסגעקומען אזוי:
1) די געזעץ פארלאנגט מען זאל לערנען 'מער ווייניגער' די זעלבע לימודי ווי די פובליק שולעס.
2) די אטאריטעט דערויף איז די עדיוקעישאן דעפט.
די עסקנים זענען פארשטייט זיך געווארן אויפגעשוידערט פון די נייע גזירות אויף די חינוך פון אונזערע קינדער, אבער נאך א קורצע שמועס מיט אדוואקאטן איז קלאר געווארן אז די רעגירונג האט די געזעצליכע מאכט צו פארלאנגען די אלע לימודים, און די עסקנים זענען געווען אובד עצות.
דא איז אריינגעקומען די 'פעלדער אמענדמענט' וואס דאס האט אוועקגעשטעלט אז ביי די היימישע מוסדות זאל מען נישט קוקן אויב די 'לימודים' זענען 'סובסטענשעלי עקוויווילענט' נאר אויב די 'תוצאות' זענען 'סובסטענשעלי עקוויווילענט'. דהיינו:
1) מען זאל קוקן אויב פון די גאנצע לערן פראגראם צוזאמען (אידיש און ענגליש) קומען די תלמידים ארויס מיט א נארמאלע שכל הישר צו מאכן ראציאנאלע באשלוסן (קריטיקעל טינקינג), וואס דאס שטעלט די גמרא צו, און עס פעלט נישט אויס צוצולייגן נאך לימודי חול.
2) עס לערנט ליינען ענגליש.
3) עס לערנט רעכענען.
4) עס לערנט היסטאריע.
5) סייענס.
ביי ישיבות קטנות פארלאנגט עס אז מען זאל קוקן אויב זיי שטעלן צו א 'בעיסיק עדיוקעישאן'.
די אריגינעלע לשון פון די געזעץ האט פארלאנגט נאך צוויי זאכן וואס זענען ליידער נישט געלונגען,
1) מען זאל נישט קענען פארלאנגען פון די מוסדות התורה צו לערנען מער לימודים (וואס אין די פאקטישע געזעץ איז אריינגעשטופט געווארן די ווערטער 'באט נאט לימיטעד טו' [אבער נישט געצוימט צו (די לימודים) ד.ה. די רעגירונג 'מעג' פארלאנגען מער]
2) מען האט געוואלט גרינדן אן עקסטערע קערפערשאפט וואס זאל פארפיגן אויף די מוסדות התורה און עס זאל נישט ליגן אין די הענט פון די עדיוקעישאן דעפט. [למעשה איז עס געטוישט געווארן אז עס בלייבט ביים עדיוקעישאן דעפט.]
יעצט לאמיר זען די בעל החלומות'ס טענות.
1) די געזעץ זאגט וואס מ'דארף לערנען: עס פלעגט אלעמאל זאגן (נישט אזוי קלאר ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט, עס האט פארלאנגט פונקט ווי די פובליק שולעס און שוין, עס האט נישט אויסגעפעלט ארויסצושרייבן אלע פרטים)
2) היינו הך
3) עס גיט די מאכט פאר די קאמישינער: זי האט עס אלעמאל געהאט.
4) עס זאגט אז זיי זענען נישט באגרעניצט צו פארלאנגען בלויז די לימודים: זיי זענען קיינמאל נישט געווען באגרעניצט.
5) היינו נומער 3
אבער אז איר וועט קוקן וועט איר זען אז מיט טענה נומער 4 איז ער זיך סותר מיט טענה נומער 1, ווייל עס שטייט אין די געזעץ א זי איז נישט פארפליכטעט זיך צו רעכענען נאר מיט די לימודים נאר 'זי קען אויך פארלאנגען אלעס וואס ווערט פארלאנגט דורכ'ן אלגעמיינעם געזעץ!!!' (די פעלדער געזעץ איז נישט א געזעץ בפני עצמו, עס איז א צוגאב צום אלגעמיינעם חינוך געזעץ און עס זאגט אז די מוסדות התורה דארפן נישט לערנען אלעס וואס די אלגעמיינע געזעץ פארלאנגט [וואס ביז איצט איז דאס יא פארלאנגט געווארן לויט'ן געזעץ] און די צוגעלייגטע ווערטער האבן געזאגט אז מען מעג אויך מחייב זיין די מוסדות צו לערנען דאס וואס איז פארלאנגט לויט'ן אלגעמיינעם געזעץ [וואס דאס איז פונקט ווי ביז יעצט])
אין קורצן קומט אויס אזוי: די געזעץ פארלאנגט 'ווייניגער' פון די מוסדות ווי ביז יעצט, און עס לייגט צו אז אויב די רעגירונג וויל קען זי פארלאנגען 'מער' ווי די פעלדער געזעץ און 'צולייגן' אויך די 'ביז יעצטיגע געזעץ', קומט אויס אז מען האט אראפגענומען רוב פונעם ביז איצטיגן געזעץ און געגעבן די מעגליכקייט פאר די רעגירונג צוריקצוקומען צום ביז יעצטיגן געזעץ, מען האט אבער נישט צוגעגעבן קיין שום מאכט אדער
לימודים.
איך וואלט ווען געקענט אנהייבן די מעסידש מיט א קעפל: שוידער! ראו וכו' וכו' וכו', אבער היות עס איז ניכרין דברי אמת פעלט נישט אויס צוצולייגן דראמא אזויווי די וואס פראבירן צו פארקויפן לאקשן צוזאמען מיט'ן וואשינגטאן בריק, וואס זיי מוזן שרייבן דראמאטישע ווערטער צו פארטושן די מוחות מען זאל נישט כאפן וואס פארא שטותים זיי שרייבן, ווייל אנדערש האבן זיי נישט קיין שאנסן אז די עולם זאל קויפן זייערע לאקשן קעגן די קלארע מציאות.
יעצט, די סיבה פארוואס זיי זענען אזוי צולאזט איז ווייל זיי האבן געהאלטן אז זיי זענען ממה נפשך'דיגע געווינערס, אויב ווער מהר"א מיטשטיין מיט זיי אין די מערכה איז דאך גוט, און אויב ער וועט נישט מיטשטיין וועט מען אים צולייגן צום לאנגן ליסטע פון 'אנטי פיפעל' און מען וועט אום באשמוצן און אראפרייסן פארן זיך צושטעלן צו די סיקריקים [הגם וואס אין דעם חלק זענען זיי בעצם עקספיריענסד, און אונז דארף מיר זיי פארשטיין, ווייל זיי עסן נאך יעצט די שיריים פון מיטשטיין מיט די סיקריקים ביי, גיוס, טעכנעלאגיע, עירוב, מצות, פלייש, וכו', ווייל זיי ווייסן נישט פון קיין מיטלוועג, אויב די שטיינמאניסטן זאגן אז ס'נישטא קיין זכר פון גיוס, שרייען זיי אז מ'כאפט מענטשן אין די גאסן, הגם די מציאות איז נישט אזוי און נישט אזוי, אויב עס איז דא א פראבלעם מיט טעכנאלאגיע, האלטן זיי אז ס'נישט דא קיין ברירה חוץ גיין צום כינוס כל ישראל, אפגעזען פון די פראבלעמען, א.א.וו.] ממילא ווען מהר"א האט גענומען די מהלך וואס גייט מיט'ן מציאות, נישט עקסטרעם רעכט אדער לינק, זענען זיי ארויסגעשפרינגען פון די הויט.
אבער מיט די ארויסשפרינגען פון די הויט האבן זיי אפגענויגט פון די געווענליכע כלל פאר א ליגנער, דהיינו: ער דארף האבן א גוטן זיכרון, זיי האבן פארגעסן וויאזוי זיי האבן מסביר געווען מיט א פרישקייט אז די וואס טענה'ן אז די רבנים אדער עסקנים מיינען נישט אידישקייט זענען צודרייט אינגאנצן, זיי האבן אפילו ארויסגעגעבן א גאנצע פורים ביכל דאס אויפצו-ווייזן (ווי זיי האבן נישט געקענט שרייבן וואס קאממאן קאור איז יא, נאר וואס נישט...)
סתם צו-צוענדיגן, זיי שרייבן דארט אינעם ביכל אז 'קיין איין גוי'אישע סטאנדערט טויג נישט' און אז 'מען האט קיינמאל נישט געקוקט אויף וועלכע סטאנדערט די ביכל איז געשריבן', נו, אויב אזוי על מה יצא הקצף? פארוואס דארף גאנץ כלל ישראל אריינגעשלכפט ווערן אין א סומעטאכע איבער די ביכער אויב עס גייט קיינע נישט אן? לאמיר שוין זאגן אז עס איז נישט כפירה, נו, אויב עטליכע ליידיג-גייער האבן באשלאסן אז עס איז כפירה טויש ביכער, עס איז דאך נישט קיין שום חילוק אויף וועלכע סטאנדארט מען רערנט, נישט אזוי? פארוואס ווען א גדול בישראל קומט ארויס קעגן קאממאן קאור קומט עטס ארויס קעגן אים? עס איז דאך נישט קיין שום חילוק, און נאכמער! איר טענה'ט דארט אינעם ביכל אז די ביכער פון היינט זענען פונקט ווי די ביכער פון ביז יעצט, נו, דאס האט דאך מהר"א געזאגט אז מען וועט נישט טוישן!!!
באריכט
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -במעמד קהל רב "בליל המיועד" אודיטאריום הענקי בק"י
-פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#9
ווער איז נישט געווארן אינספירירט פון דעם 'הארציגן ניגון באלד', צווישן אנדערע הארציגע ניגונים וואס איז וואונדערליך אראפגעזינגען אויפ'ן סי.די. פון 'יונגערליך'?

דאסמאל העמיר עס קענען הערן 'לייוו', ווייל די זיסע 'יונגעליך' פון 'יונגערליך' וועלן אי"ה אראפקומען צום גרויסן דינער, און פארשטעלן רגש'דיגע מעלאדיעס צוזאמען מיט חברת 'שירה'.

אין די יעצטיגע טעג קומט פאר א זעלטענע 'אבות ובנים' פראגראם, ווען די טאטישע קאפעליא זיצט צוזאמען מיט די קינדערישע... און פארהערן זיך זייערע פרק"י שירה, מיט גרויס בקיאות.
קומט צייטליך, ווייל באלד באלד זיי קומען שוין...
נייעס
הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן מכובד מיט בענטשן
הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג מיט ברכות ראשונות
הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק מיט ברכה אחריתא.
בילדער · 4
רבינו שליט"א און א שמיס מיט ידיד נפשו הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א
בילדער · 4
חסדי ה' כי לא תמנו!!
ביים טאנצן פאר די חסדי השם און די שווערע חדשים
בילדער · 3
הרה"ח משמח אלוקים ואנשים ר' הערשל פריעדמאן הי"ו גיט ארויס רגשי לבבו והכרת הטוב
פאר די חברה הצלה ודברי בדחנות לכבוד השמחה
בילד
הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א ר"מ בישבתיה"ק ודיין דחברה הצלה טרעהט אויף.
בילד
הרה"ח ר' אברהם מאיר מיללער הי"ו פון די חברי ההצלה, טרעהט אויף.
בילדער · 4
שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו פאררופן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר חברי חברה הצלה דק"ק קרית יואל

רבינו שליט"א ביי די הארציגע דברות קודש פאר די חברי ההצלה
בילד
בריוו פון הגה"צ ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א בעמח"ס קריאת שמע כתיקונה ור"מ בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" ספעציעל פאר די תלמידי הישיבה צו נזהר זיין צו ליינען קרי"ש בזמנה און דעי טעג וואס ער זיצט ל"ע שבעה און קען נישט אנגיין מיט די עבודת הקודש.
נייעס
ניחום אבלים אצל הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -יושב ע"פ אמו האשה החשובה וישישה ע"ה עד יום א' וישב בבוקר.
בקרית יואל
3 buchanan ct. #105
עד 10:00 בערב
בוומ"ס ביום ה' וישלח
112 Walabout st. #3-b
משעה 12:00 עד 9:00 בערב.
845-662-6744
בשורות טובות.
באריכט
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -במעמד קהל רב "בליל המיועד" אודיטאריום הענקי בק"י
-פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#8
נישט מיט קול מבשר, נישט מיט וואלן-נייעס, און נישט מיט סטראשענען, קען מען אריינגעבן א געשמאקע אידישע חיות אין די קינדער און בחורים, דאס ווייסט יעדער אייגנטליך. 'אבער מיט וואס יא'??

דער בעל מחנך נפלא און בריליאנטאנער דרשן הרה"ג ר' מרדכי שיף שליט"א, זון פון הגאון אנטווערפענער רב שליט"א, וועט אי"ה אייך ערקלערן פארשידענע 'אופמי הקודש' וויאזוי מ'קען זיי יא אריינגעבן א 'חיות הקודש', זיי זאלן טון וואס זיי דארפן, מיט לעבהאפט.

איר קענט עס אבער גרינג פארפאסן... ס'איז 9:00 פונקטליך, אויב וועט איר אנקומען אזוי ארום האלבער צען, וועט איר בלויז זען ווי א פילקעפיגער ציבור הערט זיך צו מיט אנגעשפיצטע אויערן "ומלכינו בראשינו במהרה בימינו אמן!" - אזאאא שאד...

מיטוואךט"ז כסלו תשפ"א12/2/2020

נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש -ק"י ר' מיכאל משה ברילל -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' מנחם מענדל גאלדשטיין -ק"י הרה"ג יחזקאל יודא גליקמאן אב"ד ראדישיץ ק"י באולם בית רחל פאראדייס
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק אין קרית יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר הבחור ב"ר יוסף מרדכי ב"ר משה כהנא -ב"פ
באריכט
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -במעמד קהל רב "בליל המיועד" אודיטאריום הענקי בק"י
-פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#7
נעע, קיינער וויל נישט נאכאמאל איבערשפילן 'קאראנע סקול'... אבער במציאות איז אזוי געווען אין אלע דורות, ס'נישט געווען קיין בית חינוך לבנות, וואס האט זיך געטוישט נאך די קריג?

פארוואס האט רביה"ק זי"ע ביי דעם ענין גענצליך משנה געווען דעם סדר און מייסד געווען א 'בית רחל'? וואס זענען געווען זיינע אומצאליגע אבער אומבויגזאמע פרינציפן וויאזוי צו פירן די שולע? און וועלעכע אינטערעסאנטע עפיזאדן האבן זיך אפגעשפילט ביים גרינדן די סאטמארע מיידל-שולעס אין אלע געגענטער?

דאס וועט איר 'נישט הערן ביים דינער, נאר ליינען אינעם הערליכן נייעם ספר 'בבנותינו נלך' וואס וועט אי"ה פארטיילט ווערן פאר אלע משתתפים פון $360 און ארויף.
מודעה
קרן הבנין אפדעיט
לפאר ולרומם בית ה'
בילדער · 9
מעמד קביעות מזוזה און פתיחת שערים והתחלת כתיבת ס"ת
אין ביהמ"ד החדש ד'קהלתינו הק' וויליאמסבורג
"בנין געלבשטיין" - שכונת קעסקעיד
מודעה
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת 'הברית מילה' פון א איר אייניקיל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב ליפא אשכנזי קומט פאר אין ביהמ"ד אבני צדק אין ק"י

תפילת שחרית 9:30 אח"כ הברית וסעודת ברית אין שפיץ פון די גרויסע זיידע רבינו שליט"א
שישו ושמחו בשמחת רבינו!
באריכט
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -במעמד קהל רב "בליל המיועד" אודיטאריום הענקי בק"י
-פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#6
וואס האלט איר? זאל מען נאכאמאל נעמען דער וועלטס-זאפטיגער טשעירמאן "ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש" אדער נישט?

מיר פרעגן אייער מיינונג בעיקר פאר'ן קומענדיגער יאר, דער דינער שנת תשפ"ב (משיח זאל אודאי דא זיין פריער), ווייל פאר'ן היי-יעריגן דינער איז ער שוין מילא גערופן געווארן... באזירט אויף די אומצאליגע אידן וואס האבן דאס געבעטן אין די לעצטע פאר יאר, נאכאמאל און נאכאמאל.

ר' מאיר מרדכי איז אלעמאל געשמאק צו הערן, אבער יעצט, שטייענדיג נאך 'א לאנגע תקופה ווען ס'איז כמעט נישט פארגעקומען קיין גרויסע דינער'ס' וואו מ'זאל אים הערן, וועט דאס בעז"ה זיין נאך געשמאקער. "ער האט אונז אסאך צו דערציילן"...
בילד
נעכטן מאנטאג זענען אריין בקודש פנימה צו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א עסקני חב"ד לרגל די בעפארשטייענדע 'הכנסת ספר תורה' קומענדיגע זינטאג אין קראונהייטס -פונעם ס"ת וואס איז געשריבן געווארן בימי המגיפה לעצור המגיפה- ווי די רבי האט אריינגעשריבן אן אות.
ועתה כתבו לכם את השורה הזאת!
ווייז פריערדיגע טעג