כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים ערשיינען צום סעודה לגמרה של תורה בבית מדרשינו המפואר בנין געלבשטיין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים שמחת הכנסת ספר תורה לבית מדרשינו המפואר 'בנין געלבשטיין'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
שמחת הכנסת ספר תורה ע''י הרה''ח ר' חיים יהושע געלבשטיין הי''ו, לבית מדרשינו המפואר 'בנין געלבשטיין' בשכונת קעסקעיד וומסב''ג, בהשתתפות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים. הב' החתן המשב''ק אלתר ברוך ברא''י גפן הי''ו. הב' החתן שמואל בר''י גאלדשטיין הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי''ו.
מען האט געענדיגט 10:30. נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פאר ישיבה גדולה לעדת הספרדים בעיר בית שאהן עטה''ק. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ח ר' ישראל חיים שטעסל הי''ו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש "הרוצה לידע תחיית המתים מן התורה יראה והנה מרים מצורעת כשלג'' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען קען דרש'ענען א קל וחומר מעצמו.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, חדב''ן. קה אכסוף: הרה''ח ר' אהרן וויינבערגער הי''ו, ברכהמ"ז: נכד רבינו בעל שמחה הרב לוי יצחק טויב שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט היסטאריע פונעם יום בכי ומספד כ' סיון וואס איז נקבע געווארן ליום תענית צוליב די גזירות רעות אױף כלל ישראל און די פריערדיגע דורות. קה רבון עלם: הגה''צ ר' שמואל שלום רוקח שליט''א האדמו''ר מקארוב ב''פ.
מען האט אויפגעגעבן באנדלעך און ביר לכבוד די שמחת השלום זכר, דער רבי האט טועם געווען און געוואונטשן פארן בעל שמחה און בני המשפחה און פארטיילט שריים.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, חדב''ן. מען האט געענדיגט ארום 1:35.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל). פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו.
עליות. כהן: הרה''ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ג ר' יואל וויינבערגער שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, שלישי: החתן המשב''ק אלתר ברוך ב''ר אברהם יושע גפן הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר דוד חיים מאשקאוויטש הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר יואל ברש''י שעהר הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' דוד ווערטהיימער הי''ו. ר' מאיר ברמ''ב כ''ץ הי''ו. ר' יחזקאל שרגא דרעזנער הי''ו (ב''פ).
שביעי: החתן ב''ר שלמה זלמן ווייס הי''ו - באווארפן, הוספות: החתן ב''ר יואל בר''מ גאלדשטיין הי''ו - באווארפן, החתן ב''ר בנצין לעבאוויטש הי''ו, החתן ב''ר חזקי' פייבל בראך הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי''ו.
מוסף: הרה''ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:40. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:00. מנחה: ר' יואל ברמ''ח ווערצבערגער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אברהם גראס הי"ו (ב''פ), כהן: הרה''ח ר' יואל בר''ש הכהן פריעדמאן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ויהי בנסוע הארון'' און געטייטשט אז דורך דעם כח פון יעקב אבינו וואס קפצה לו הארץ האבן אידישע קינדער זוכה געווען אז דער מקום המקדש איז נעתק געווארן ממקומו און מיטגעגאנגען מיט די אידן איבעראל, און מיט דעם זענען ערליכע אידן היינט זוכה צו די בתי מדרשות וואס האבן מיט זיך קדושת ארץ ישראל, אבער נאר אז מען האט די ריכטיגע פחד ומורא מקדש דעמאלטס איז וזה שער השמים, אבער חלילה אויב מען איז מזלזל ווי אזוי זאל מען זוכה זיין צו דעם ברכה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אברהם שלום לאנדא הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 11:15.
נאך הבדלה איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי''ו, ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דעם דאנערשטאג אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' ישראל יעקב און זיין משפחה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday18 Sivan 57826/17/2022
Report
פרייטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן הי''ו. ב"ר דוד יצחק פאלקאוויטש הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Report
דאנערשטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר מנחם שמואל פראנקעל הי''ו. ב"ר הערש בער מייזעלס הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל יב' פסוק ב', ווי דער רבי האט מיט התרגשות ארומגערעדט איבער זיין נסיעה בטירחא דגופא צום קציר חיטים לקראת חג הפסח תשפ"ג אין אריזאנע. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ישיבה ספרינג וועלי, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יעקב הערש פערל הי''ו - הר''ר משה שמואל לאנדא שליט''א (מאנטריאל), באולם כינור דוד. ר' בנציון לעבאוויטש הי''ו (לאנדאן) - ר' חיים בער מענדלאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים'ס אין די תנאים זאלן בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל ברי"ד לאנדא הי''ו - ר' ברוך עקשטיין הי''ו. ר' יואל ברע"מ ווייס הי''ו - ר' אהרן משה שווארץ הי''ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר בעריש מויזקאפף הי''ו.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און נאכן דאווענען געזאגט קדיש לרגל די יומדהל"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יעקב בר"ש הכהן פריעדמאן הי''ו - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי''ו, באולם כינור דוד. ר' מאיר אברהם גראס הי''ו ר' שמואל מאיר הירש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 9:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאווה קודש, פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און נאכן דאווענען געזאגט קדיש לרגל די יומדהל"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים'ס אין די תנאים זאלן בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' דוד שטוהל הי''ו - ר' דוד יצחק קליין. ר' יואל שלמה פארקאש הי''ו (וומסב''ג), ר' זאב שערצער הי''ו .
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.