כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים באזוכן און פארלערנען א שיעור פלפול אינעם ארטיגען שטאטישע 'כולל אברכים דוואטערבערי'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים באזוכן, אינטערוועגנס אויפן וועג קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר, אין ישיבת אהל תורה אוסטרובצא אין וואטערבערי קאנעטיקוט, בראשות הרב הגאון ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א אב''ד מיהאלדי, ווי עס איז אויך אנוועזנד געווען די ראשי הישיבה און די רבנים פון די געגענט, דער רבי איז מכובד געווארן מיט לחיים און משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
וקוי ה' יחליפו כח!
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים פארלאזן ביתו נאוה קודש היינט מיטאג צייט און באגלייטונג פון תלמידי הישיבה, אויפן וועג קיין בעטלעהם ניו העמפשיר, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש.
מעמד הקמת ''ועדי הוראה בתוככי בית הוראה דק''ק קרית יואל'', על ידי רבני מבצר הכוללים בקרית יואל, פארגעקומען היינט נאכמיטאג בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פארן נייעם בנין פון ישיבה קטנה אור החיים בקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"ד תמוז תשפ"ב7/13/2022
באריכט
מה טובו אוהליך יעקב משכנותיך ישראל
נעכטן אויפדערנאכט איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט''א אין וומסב''ג, א מסיבת לחיים ומעמד היסוד פאר קהלתינו ומוסדותינו הקדושים "תלמוד תורה ובית רחל" אין לינדען ניו דשערסי, על דרך רבותינו הק' זיע''א תחת נשיאות הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א, אינאיינעם מיט די התמנות פון הרה"ג רבי אליעזר מרדכי סופר שליט"א מרבני כוללינו ומרביץ תורה בבתי מדרשינו אין וומסב"ג, אלץ רב הקהלה.
דער נייער רב הרה''ג ר' אליעזר מרדכי שליט''א איז אהנגעקומען און איז תיכף אריין בקו"פ שלום נעמען, אינאיינעם מיט זיין טאטן הרה"ג ר' יצחק צבי שליט"א דומ"ץ בב"פ, זיין זיידן הרה"ג ר' חיים ארי' געללער שליט"א ר"מ בישיבת באבוב, און זיין שווער הרה"ג ר' אשר אנשיל שעהר שליט"א אב"ד קלעסן, ווי עס האט זיך פארפירט א שיינער שמועס איבער די שייכות פונעם ערוגת הבושם זצ"ל צו רבותינו הק' לבית סיגוט וצאנז, און דערנאך איז דער רבי אראפ בביהמ''ד עצי חיים סיגוט ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל המאורע, בהשתתפות ראשי הקהלה, עסקני ותושבי עיר לינדען יצ"ו
תשית לראשו עטרת פז!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
מאנטאגי"ב תמוז תשפ"ב7/11/2022
בילדער · 3
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין שטוב פון האשה החשובה מרת גלאנצער תחי', אלמנת הרה"ח ר' אברהם יעקב הכהן ז"ל, ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות, וואס די אלמנה תחי' אינאיינעם מיט די קינדער האבן אפגעקויפט פאר א גרויסן סכום א זכות נכבד אינעם בנין בית חינוך לבנות בנות ארץ ישראל בית פיגא בבני ברק יצ"ו, לע"נ אביהם החשוב ז"ל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
פרייטאגט' תמוז תשפ"ב7/8/2022
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' העניך קרויס הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
עסקני קהלתינו הק' פון לינדען ניו דזשערזי, בקודש פנימה ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לרגל פתיחת מוסדותינו הק' בעיר לינדען אויף קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט,