הרב הגאון רבי אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד יצ"ו, אינאיינעם מיט א גרופע פון פופצן מבחורי אנ''ש תושבי לעיקוואד, וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש אין ניו העמפשיר, בקו''פ ביי רבינו שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי סעודת רעוא דרעווין, מעריב און הבדלה מוצש''ק, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.
די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל, אויך האבן געוויילט בצל הקודש הרב הגאון רבי אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד יצ"ו, אינאיינעם מיט א קבוצה מבחורי אנ''ש תושבי לעיקוואד.
ערש''ק נאכמיטאג גייענדיג צו די מקוה האבן שלום גענומען הרה''ג דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א אינאיינעם מיט די בחורים, און גייענדיג איז פארמירט געווארן א שיינער שמועס איבער מקדים זיין קבלת שבת פריער ווי דער זמן. נאך די מקוה האט רבינו שליט''א איבערגעקוקט דעם עירוב וועלכע לויפט פונעם ביהמ''ד ביז ביתו נאוה קודש וואס איז געמאכט געווארן דורך מוה"ר אברהם מאסרי הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי''ו (טאהש).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום גענומען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס הרה"ג דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו קר''י, מנוחה ושמחה: הרב חיים ענגלענדער הי''ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ויגר מואב מפני העם מאוד כי רב הוא" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט''א ר''מ במתיבתא, ברכהמ"ז: הרה''ג דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה''ק ר' משה דוד מ'טאלטשאווא זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י''ח תמוז. קה רבון עלם: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט''א ר''מ במתיבתא.
די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט''א ר''מ במתיבתא. מען האט געענדיגט ארום 1:50.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי''ו (קר''י), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט''א, בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.
עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה שעהנברוין הי''ו (קר''י), לוי: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט''א, שלישי: הרה''ג דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א, רביעי: החתן מאיר דוב ב''ר אהרן שאול סאנדעל - המיול"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו - (קר''י), חמישי: הב' המשב"ק חנני' יו''ט ליפא דייטש הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' שלמה שעהנברוין הי''ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: החתן ישראל אהרן ב''ר יהושע סטרולאוויטש - המיול"ח ר' יואל בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו - (ב"פ), הוספות: הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א, הר''ר אברהם לוי ליבורוב שליט''א (מעסעטשוסעטס), הרה''ח ר' טובי' גאלדשטיין הי''ו (וומסב''ג), הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט''א, הרה''ח ר' יצחק יוסף גראד הי''ו (וומסב''ג), הרה''ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי''ו, הרה''ח ר' פנחס בראך הי''ו (מאנטריאל), ר' אליעזר ווייזער הי''ו (קר''י), אחרון: משב''ק הרה''ח ר' יהושע מענדלאוויטש הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' מרדכי ווידער הי''ו, הגבה: הב' ב''ר יודא לייב לאוב הי''ו (קר''י), גלילה: הב' ב''ר יואל שעהנברוין הי''ו (קר''י).
צו תפילת מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די יארצייט די קומענדיגע וואך פון די אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע''ה, פתיחה לאנעים זמירות: הרב חיים ענגלענדער הי''ו. מען האט געענדיגט 12:50. ארום 2:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי''ו משגיח במתיבתא, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "כי מראש צורים אראנו" און געטייטשט אז דורך די די הקפות גייט אוועק מסך המבדיל צווישן הקב''ה און כלל ישראל און אזוי קען מען תשובה טוהן מאהבה. ברכהמ''ז: הר''ר יצחק אייזיק כהנא שליט''א. מען האט געענדיגט 3:15.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:55. מנחה: ר' דוד יצחק ווערצבערגער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יעקב ברמ''ח פריעדמאן הי''ו (קר''י), לוי: הרה''ג ר' חיים יוסף דוד לעווי שליט''א, שלישי: הב' ב''ר אהרן דוד גרינפעלד הי''ו (לאנדאן) הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: ר' דוד פארקאש הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי''ו (וומסב''ג), שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק 'לא הביט עון ביעקב ולא ראה עמל בישראל' און געטייטשט אז אויב איז מען נישט נזהר אין מידת האמת האט דער יצר הרע א כח צובע צו זיין עבירות פאר מצוות און דורך דעם מכשיל זיין מיט די הארבסטע עבירות וואס דאס האט צוגעברענגט דעם חורבן ביהמ"ק. דארף מען נזהר זיין און זיך אכטונג געבן די דיבורים ובפרט אין די טעג פון די ימי בין המצרים, און אזוי וועט מען זוכה זיין צום בנין ביהמ"ק במהרה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק עהרנפעלד הי''ו (קר''י), קל מסתתר: הרה''ח ר' שמחה שמאועל הי''ו (קר''י). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
צו מעריב מוצ"ש איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, נאך הבדלה איז מען אריבערגעגאנגן זאגן א גוטע וואך, און הב' ליפא בן הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א מו''ץ בקהלתינו אנטווערפן איבערגעגעבן א תירוץ אויפ'ן קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה. מ'האט געענדיגט 11:30.
ארום 12:15 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הרה''ג דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א אינאיינעם מיט די קבוצה מבחורי אנ''ש תושבי לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט בצל הקודש, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בעניני הלכה און איבער פארשידענע הנהגות בקודש פון רביה"ק הדברי יואל זי"ע, דערנאך האט דער רבי געזאגט דברי הדרכה פאר די בחורים, און די בחורים זענען אריבער זיך געזעגענען און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן דיין שליט''א און אלע בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday16 Tammuz 57827/15/2022
Video
הרב הגאון רבי אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד יצ"ו, אינאיינעם מיט א גרופע פון פופצן מבחורי אנ''ש תושבי לעיקוואד, זיך געקומען מסתופף זיין בצל הקודש אין ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית היינט אין ניו העמפשיר און ביים אהיים שפאצירן נאכן דאווענען.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב נעכטן במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר, נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע איינריכטונגען וועלכע זענען צוגעבויעט געווארן לתועלת די פילצאליגע געסט וועלכע קומען וויילן בצל הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריין געקומען צו שחרית אין ביהמ"ד ארום 8:45. דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד. נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען, און דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
זמנים לשבת קודש בצל הקודש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ: 8:12. מנחה וקבלת שבת: 9:00. עריכת שלה"ט בליל שב"ק: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן. סוף זמן קרי"ש: 8:28. שחרית: 9:30. דער רבי וועט אריינקומען צו זמירות ודברי תורה ביי די סעודה ביום שב''ק אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען. מנחה ורעוא דרעווין: 9:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד לר' יעקב ברמ''מ פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד לר' יושע אליעזר ווייסמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר משה טובי' גדלי' ראזענבערג הי''ו. ב"ר ישכר דוב מיטטעלמאן הי''ו. ב"ר ברוך יודא פריעדמאן הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מס' בבא בתרא פרק חזקת הבתים, און דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא פאר די תלמידי הישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א פון ישיבה בשירה וזמרה 'כי מלאכיו יצוה לך' לרגל דאס אפרייזן למנוחת הנפש.
ארום 1:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר ווי דער רבי וועט וויילן אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע פיר וואכן ביז דאנערשטאג פרשת ואתחנן.
אינטערוועגנס האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט אין וואטערבערי קאנעטיקוט, ווי דער רבי האט באזוכט אין ישיבת אהל תורה אוסטרובצא בראשות הרב הגאון ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א אב''ד מיהאלדי, ווי עס איז אויך אנוועזנד געווען די ראשי הישיבה און די רבנים פון די געגענט, און עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס, דער רבי איז מכובד געווארן מיט לחיים און משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים. דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם ארטיגן שטאטישע שוהל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אינעם ביהמ"ד קטן פונעם ארטיגען קהילה, און דערנאך אריין אינעם גרויסן היכל, ווי סאיז סטאנציאנירט דער כולל אברכים דוואטערבערי, און דער רבי האט משמיע געווען א שיעור פלפול אין די סוגיא פון חדש בענין עשה דוחה לא תעשה. דערנאך ארום 4:45 האט דער רבי ממשיך געווען דעם וועג קיין ניו העמפשיר, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 8:40.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד דקהל יראים בית אלימלך, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע איינריכטונגען וועלכע זענען צוגעבויעט געווארן לתועלת די פילצאליגע געסט וועלכע קומען וויילן בצל הקודש, און די געסט זענען אריבער שלום נעמען, ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
NoticeNotice
הקמת ''ועדי הוראה בתוככי בית הוראה דק''ק קרית יואל''.