בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday20 Kislev 578112/6/2020

News
שווערע טויזענטער אידן צוגייען זיך יעצט מיט הויפענעס חיזוק והתחזקות פונעם מעמד האדיר סעודת הודאה כ"א כסלו בפרט מיט די דברות קודש מלהבות אש מנהמת לבו הטהור ממרן שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
און באגלייטן ארויס דעם רבן של ישראל "ימים על ימי מלך תוסיף, עוד יניבון בשיבה"
News
קול ה' בכח
מרן שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הייבט און דעי מינוטין אן דעם דבר ה' "דברות קודש הדרכת השנה" בענינים העומדים על הפרק במשנתו הק' פון רבינו הקוה"ט בעל הנס זיעוכי"א
News
עס איז צוגעשטעלט געווארן טויזענטער ליינס פאר די הוק- אפ פונעם צענטראלען סעודת הודאה כ"א כסלו
339-207-8688
712-432-1001 #425354354
אויב זענט איר א מעמבער אויף "קול סאטמאר" קענט איר דריקן 311 פון די מעין מעניו
News
מלך ביפיו תחזנה עינינו !!!
שווערע טויזענטער חסידי סאטמאר זענען יעצט מקבל פני מרן שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מ"מ וממשיך דרכו פון רביה"ק הבעל הנס זי"ע ביים צענטראלן סעודת הודאה "כ"א כסלו" בבית גדול וקדוש וואס איז אויפגעשטעלט געווארן בדם לבבו הטהור פונעם בעל הנס זי"ע
"חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"
Report
"צוויי טאג בליץ קאמפיין"
היינטיגן זונטאג און מאנטאג, כ' – כ"א כסלו תשפ"א

לכבוד ידידינו אנשי שלומינו החשובים והיקרים

נדיבי מוסדותינו הק' כל אחד בשמו הטוב יבורך

נאך לאנגע וואכן פון אחריות'דיגע אסיפות לטובת הציבור והיחיד, ווי נאר עס איז באשלאסן געווארן אז לרגל דעם געשאפענעם מצב וועט נישט פארקומען די צענטראלע סעודת הודאה און דינער השנתי לטובת מוסדותינו הקדושים, איז באשלאסן געווארן ארויסצוקומען צום ציבור מיט א מעכטיגן ערשטמאליגן "צוויי טאג בליץ קאמפיין", וואס וועט ארייננעמען דעם גאנצן ציבור אנשי שלומינו, הורי תלמידי המוסדות, נדיבים בעם, אין לויף פון די ימי הצלה פון רבינו הק' זי"ע, קומענדיגן זונטאג און מאנטאג פר' וישב, כ' און כ"א כסלו הבעל"ט, ביי וועלכן דער ציבור וועט זיך אנשליסן מיט די יערליכע סכומים אין אזעלכע געהויבענע טעג, און זוכה זיין צו ברכת ה' בזכותו הגדול פונעם מייסד המוסדות, זי"ע.
ווי מיר האבן שוין ערווענט ברבים, איז דער באשלוס געקומען נאך די אנערקענונג אז אפצורעכטן א גרויסע פארזאמלונג אין די יעצטיגע טעג איז פארבינדן מיט פארשידענע ריזיקעס פון חילול ה', און נאכן איבערקלערן אלע אפציעס איז מען געקומען צו די מסקנא אז ס'וועט אוממעגליך זיין איינצורישן דאהי אין די סיטי א גרויסע מאורע, אפילו בלויז אין פארעם פון א שולחן הטהור, אנע דעם וואס דאס זאל ציען דאס השתתפות פון שווערע אלפים מבני קהלתינו השמחים בהצלת רבינו הק' זי"ע וועלכע קומען זיך מסתופף זיין בצלא דמהימנותא קדישא פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, דעריבער מוזן מיר מקיים זיין די משנה 'והוי מחשב שכר מצוה כנגד הפסדה', און ארויסצייגן א איינגעהאלטנקייט לטובתינו ולטובת הציבור.
אבער טייערע אנשי שלומינו שיחיו:
דער באשלוס טאר חלילה נישט קומען אויפן חשבון פון די טויזנטער תלמידים ותלמידות וועלכע זענען אנגעוויזן אויף אונזער הילף!
דעריבער האבן אראנדזשירט דעם "צוויי טאג בליץ קאמפיין" צו שאפן די ריזיגע סכומים וואס מיר מוזן אריינבאקומען פונעם ציבור צו דעקן דעם יערליכן דעפעציט אינעם מולטי-מיליאן דאללער'דיגן בודזשעט, און מיר מוזן טאקע אנקומען צו די הילף פון יעדן יחיד.
יעצט איז די צייט ווען איר וועט ארויסצייגן אייער פייערדיגע ליבשאפט און שטיצע צום "רבין'ס הייליגע מוסדות" און פארזיכערן זיין המשכת כח הקדושה, מיד ולדורות!
צו דעם קאמפיין וועלן פארקומען רייכע "מסיבות לחיים" לרגל הצלת רבינו הק' והטהור זי"ע, קומענדיגן זונטאג און מאנטאג, כ' און כ"א כסלו, דורכאויס אלע פארמיטאג שעה'ן, אין די גרויסע בתי מדרשים דקהלתינו הק', בית המדרש הגדול (הופפער סט.), ביהמ"ד בית מנחם צבי (וואלאבאוט סט.), און ביהמ"ד ברך משה (סקיללמאן סט.).
לרגל דעם קאמפיין האבן מיר אריינגעלייגט כוחות אין מערערע גורלות, בנוסף צו דעם יערליכן "ונתנו גורל" וואו דער געווינער באקומט צוריק 25 מאל דעם סכום פון נדבה אין לויף פון גאנצן יאר, און ס'איז פאראן די מעגליכקייט צו געווינען דעם אסטראנאמישן סכום פון 25,000$! האבן מיר אויך מסדר געווען נאך "צען גורלות" פאר "צען געווינער", מיטן סכום פון 1,000$ ווערד פער גורל, פאר יעדע נדבה פון 360$ להחזקת המוסדות.
פאר אייער באקוועמליכקייט האבן מיר צוגעשטעלט א 24 שעה'דיגער אויטאמאטישער "נדבות ליין" וואס איז גרייט אויפצונעמען אייער נדבה אין אלע שעות דורכאויס דעם בליץ קאמפיין. רופט דעם נומער: 718-362-1404 #0 און לאזט איבער אייער נדבה, אדער לאזט א מעסעדזש און די עסקני המוסדות וועלן קומען אפנעמען אייער ברייטהארציגע נדבה להחזקת "דעם רבין'ס מוסדות".
איר קענט אויך רופען דירעקט די ראשי העסקנים מו"ה נתנאל ברוין הי"ו: 917-574-6768 אדער מו"ה יואל מערץ הי"ו: 347-452-1411 און מ'וועט קומען פערזענליך אפנעמען אייער נדבה, אדער באשטייערן דורך quick pay email: qpcuta@gmail.com. אויך קענט איר אריינברענגען אייער נדבה צום פראנט-דעסק פון צענטראלן אפיס אויף 76 ראטלידזש סט. צווישן 9:00 אינדערפרי ביז 7:00 אווענט.
טייערע אנשי שלומינו, הורי תלמידי ותלמידות המוסדות שיחיו!
רבינו הק' זי"ע האט זיין הייליג לעבן אוועקגעגעבן פאר אונז און אונזערע דורות, אויפצושטעלן ערליכע און הייליגע מוסדות וואו אונזערע קינדער זאלן נתחנך ווערן בדרכי התורה והיראה, היינט איז די צייט ווען מיר צאלן צוריק פאר זיין יגיעה ועבודת הקודש! ענטפערט דעם רוף פון זיינע געטרייע שלוחים און שליסט אייך אן מיט גרויסע סכומים צום יעצטיגן "בליץ קאמפיין"!
רופט דעם אויטאמאטישן "נדבות ליין":718-362-1404 #0
וכדאי היא זכותו הגדול אייך צו באצאלן מיט כל משאלות לבבכם לטובה, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות מיט תענוג ונחת פון די אייגענע קינדער לאורך ימים ושנים טובים, געזונטערהייט, מתוך עושר ואושר וכל טוב לנצח.
בכבוד רב
הנהלת המוסדות -דינער קאמיטע.
News
מוצ"ש האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מנחם אבל געווען הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' היושב על פטירת אמו ע"ה
News
שב"ק איז פארגעקומען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די קריאת השם לרגל הולדת הבת אצל
ר' יעקב יושע שענברוין
ר' יצחק ברש"מ פריעדמאן
ר' זלמן לייב בר"י טייטלבוים
ר' שלמה לייב שניצער
ר' נחום מרדכי מיטלמאן
ר' מענדל בר"מ ווערטהיימער
Report
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!!
מיט א התרגשות דקדושה והתרוממות הנפש גרייטן זיך אלופי אלפי אנ"ש צום גרויסן טאג כ"א כסלו יום הצלה והשחרור פון מרן קוה"ק רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע דאנקן און לויבן דעם באשעפער "בימים ההם" אז ער אונז איבערגעלאזט לשארית לפלטה רביה"ק זי"ע וועלעכע האט צוריק אויפגעשטעלט אידישקייט, "און אפגעבן א שבח והודאה בזמן הזה" אז מיר קענען זיך האלטן בדרכו הקדוש בלי שום שינו כל שהו ואשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען תלמידים פון מ"מ וממשיך דרכו בקודש שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע איז ממשיך דעם חינוך הטהור בדרך הסלולה לנו פון רבינו הקוה"ט בעל הנס זי"ע און גייט און די דרכים וואס די בעל הנס האט אונז געלערנט בדרך התורה והמסורה און רירט זיך נישט אוועק קיין זיז כל שהוא פונעם הייליגן דרך!

און די זעלבע צייט וועלן אנ"ש שטיצן ביד נדבה ובריח נדיבה דעם ירושה פונעם בעל הנס זי"ע די סאטמארע מוסדות אין וויליאמסבורג -וואס לאור המצב וועט נישט פארקומען דעם יערליכן דינער לטובות די מוסדות- און דערמיט פארשאפן דעם גרעסטן נחת רוח פאר רביה"ק הבעל הנס אז די מוסדות בליעט ב"ה לשם ולתפארת!!!

מודה אני לפניך ה' אלוקי על כל החסד אשר עשית עמדי!!!
News
וואס גייט יעצט פאר??
Report
נעכטן מוצ"ש ביים דינער לטובות מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויגעברענגט ביי דברות קודש שטארקע דברי הדרכה פאר אנ"ש תושבי ק"י, צום ערשט האט די רבי ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל און ארויסגעברענגט בשבח פון די נדובי בעם תושבי ק"י, ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלשק: "..מען קען ראוגערהייט זאגן אז עס איז נישטא אין די גאנצע וועלט אזעלעכע חשובע נדבנים וואס געבן בסבר פנים יפות אזעלעכע גרויסע סכומים צו קענען בויען אזעלעכע הערליכע גרויסע בנינים.."
און דערנאך זיך באצויגן צו די שכונות וואס ווערן געבויעט אין ק"י וואס מען איז מיט דעם ממלא רצון קדשו פונעם מייסד הקריה רביה"ק זי"ע, און ארויסגעברענגט אז אין דעם יאר תשפ"א וועלן צוקומען צו ק"י אפאר הונדערט משפחות פון "אויסער ק"י" וואס וועלן זיך ארויסציען פון די שמיציגע גאסן -וואס דאס מיינט נאך טויזענט קינדער בליע"הר- אין די מוסדות, כן ירבו.

דערנאך האט די רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט דברי הדרכה, בפרט איבער די כלים וואס מען האט אריינגעברענגט און די שטובער בימי המגיפה וואס מען דארף דאס אויסרייניגען פון די הייזער, און איבער די פירצות לגבי צניעות ביי די נשים בפרט איבער די נייע מאדערנע מאדע פון גיין מיט גאונ"ס ביי חתונות, און דערנאך אויסגעפירט בברכות קדשו פאר תושבי ק"י, און שטארקע ברכות רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל,

Shabbos Kodesh19 Kislev 578112/5/2020

News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הייבט און דעי מינוטין אן דעם דבר ה' 'דברות קודש ודברי הדרכה' פאר אנ"ש ביים גרויסן דינער בנפשי לטובת מוסדותינו הק' ק"י מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר
האלט מיט דעם קול ה' בכח אויף די הוק-אפ נאמבערס
339-207-8688
712-432-1001 #425354354
Report
היינט מוצש"ק קומט פאר די יערליכע דינער "בנפשי" לטובות די ירושה פון רבותינו הק' זי"ע "מוסדותינו הק' בקרית יואל" וועלעכע ציילט זיך היינט צו אזויפיל ווי אריבער צען טויזענט קינדער בליעה"ר כן ירבו.
קומט פאר אינעם גיגאנטישען אודיטאריום הענקי החדש ווי א גאר רייכע פראגראם איז צוגעגרייט, די מעמד ווען זיין מיט די השתתפות פונעם נשיא המוסדות מרא דאתרא קדישא כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א וועלעכע וועט מפאר זיין בראש המעמד און אויפטרעטן מיט דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנ"ש
עס וועלן ווערן צוגעשטעלט טויזענטער ליינס פאר א לייוו הוק-אפ ריפט די בעק-אופ נאמבערס
339-207-8688
712-432-1001 #425354354
אדער אויב זענט איר א מעמבער אויף "קול סאטמאר" דריקט 311 פון די מעין מעניו.
"צאו בהמוניכם להרמת קרן התורה והיראה"
Report
אין ליכט פון פרישע סטעיט-בריוון צו מערערע מוסדות:

כלל ישראל שרייט אויס מיט אנטשלאסנקייט און וועט קלארשטעלן פאר די רעגירונג:

מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות אינעם חינוך הטהור!
"דער חינוך פון אונזערע קינדער געהער בלויז צו אונזערע רבנים און נישט קיין
רעגירונג אגענטורן; מיר וועלן גארנישט טוישן פון 20 יאר צוריק"
די קומענדיגע טעג זענען גאר גורל'דיגע פאר'ן יהדות החרדית אין ניו יארק, נאך
וואס די סטעיט רעגירונג האט געשיקט צו א צאל מוסדות אין ניו יארק סיטי א
"קוועשטענעיר" מיט ארום 100 פראגעס וואס זיי דארפן ענטפערן, וועלכע זוכט
אריינצוקריכן טיף אינעווייניג אינעם הארץ פון די מוסדות הק' מיט'ן ציל צו
עפענען די טיר פאר א פולקאמע רעגירונג אריינמישונג אינעם חינוך הטהור פון
אונזערע טייערע הייליגע קינדערלעך, היל"ת.


דער קלארער שטעלונג פונעם יהדות החרדית: מ'טוישט גארנישט
יהדות ניו יארק שטייט יעצט פאר א קריטישע ווענדפונקט, ווען אין די קומענדיגע
טעג וועט זיך שליסליך ארויסשטעלן דער מהלך וויאזוי עס וועלן צוגיין די
ווייטערדיגע פארהאנדלונגען מיט די רעגירונג, און דאס יהדות החרדית שרייט אויס
בקול חוצב להבות אש: מיר מוזן, און וועלן, קלארשטעלן פאר די רעגירונג אז דער
חינוך הטהור איז אונזער שווארץ אפל פון אויג, און קיינער וועט דערצו נישט
צורירן! אלעס וואס איז גוט געווען ביז היינט וועט אויך זיין גוט פון יעצט און
ווייטער. מיר פארמאגן דעם בעסטן חינוך סיסטעם, און עס איז בכלל נישט נויטיג
קיין שום אריינמישונג פון די רעגירונג.

דער ערליכער היימישער ציבור אין ניו יארק איז נישט גרייט איינצוגיין אויף קיין
שום פשרות. טראץ וואס עס זענען פאראן פרעמדע דרויסנדיגע עלעמענטן וועלכע זוכן
דוקא יא - שוין מערערע יארן - צו נעמען א מהלך פון 'זיך פרובירן דורכצוקומען',
ווערט כסדר אלס קלארער אז דער איבערוויגנדער רוב מנין ורוב בנין פונעם יהדות
ניו יארק און אירע מנהיגים זענען פעלזן פעסט אנטשלאסן קלארצושטעלן פאר די
רעגירונג באלד פון די ערשטע מינוט אז מיר זענען נישט גרייט פאר פארהאנדלונגען,
מיר ווילן נישט הערן פון קיין פשרות, נאר אלעס זאל בלייבן ביים אלטן און
אנגיין אויפ'ן זעלבן אופן ווי ביז היינט.


א בליק אויפ'ן 'עבר' - דער ציל פונעם "פעלדער געזעץ": קיין שום טויש אין די
מוסדות!
דורכאויס די שמועסן ארום טעמע איז אויפגעברענגט געווארן אויך דער 'עבר',
וויאזוי מען האט פרובירט צו ראטעווען דעם חינוך דורכ'ן בארימטן "פעלדער געזעץ" וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אינעם ליל שמורים פסח תשע"ח דורך דעם העלדישן
ארטאדאקסישן סענאטאר ר' שמחה פעלדער נ"י, בהדרכתו פונעם שר צבא ה' כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א. יעצט ווען מיר שרייען צו די
רעגירונג אז "מיר גייען גארנישט טוישן", איז דא וואס קוקן צוריק און פרעגן צו
דאס איז עפעס א טויש פון אמאל, זינט יענער געזעץ האט דאך ערהאלטן עטליכע
'סובדזשעקטס', ואם כן האט דאס אפשר געהאט א זייט-ווירקונג אז ס'האט 'געצייגט'
פאר די רעגירונג א גרייטקייט אויף א טויש אין די מוסדות.

אלע עסקנים וועלכע האבן דאס באגלייט – לאנגיעריגע שטילע עסקנים וועלכע האבן
יארן עקספערטיז אין געזעץ – ווייזן אבער אן זייער קלאר, אז אדרבא ואדרבא, די
ערליכע מוסדות האבן דעמאלס פונקט ווי יעצט קיינמאל ח"ו נישט געגעבן קיין
סטעיטמענט אדער ערקלערונג אז "מ'איז גרייט צו 'טוישן' סיי וואס! ס'האט אזא זאך
קיינמאל נישט פאסירט ביי די ערליכע עסקנים. דאס וואס אונזערע
געזעץ-פארשטייער האבן געוואלט אריינלייגן אינעם "געזעץ", איז געווען קלאר
געצילט פאר'ן זעלבן קלארן צוועק אז מ'זאל "גארנישט" משנה זיין אינעם סדר ותוכן
הלימודים! און מ'זאל געזעצליך קענען יוצא זיין בלויז נאר מיט די סאבזשעקטס
וואס מ'האט שוין ממילא געלערנט אין די פריערדיגע יארן - ווי עס איז
איינגעשטעלט געווארן דורך די גדולי ישראל נבג"מ פונעם דור הקודם, ובמיוחד דורך
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכע האבן אהערגעשטעלט דעם חינוך הטהור דא אין
אמעריקע, ועל פיהם ישק כל דבר - אבער מ'וועט נישט צולייגן גארנישט מער.

ווען יענער געזעץ ווערט ווען פולקאם באשטעטיגט לויט'ן ארגינעלן פלאן וואלט דאס
געווען די ענדגילטיגע ישועה צו באפרייען אלע מוסדות התורה אין ניו יארק פונעם
ערווארטעטן גזירת החינוך, און אפילו די געטוישטע ווערסיע וואלט געקענט גענוצט
ווערן צו ראטעווען יהדות ניו יארק פון אירע רודפים - און איז טאקע דעריבער
יענע טעג באגריסט געווארן דורכ'ן "גאנצן" יהדות החרדית אין ניו יארק, פון אלע
שיכטן און קרייזן, וועלכע האט געזען אין דעם געזעץ א געוואלדיגע דערגרייכונג
און האט אויסגעדרוקט א ווארימען און הארציגן דאנק פאר'ן העלדישן סענאטאר ר'
שמחה נ"י, פאר'ן שטיין פעלזן פעסט על משמר החינוך הטהור.

ליידער זענען אבער דאן געווען געוויסע ליבעראלע עלעמענטן וועלכע האבן אין די
סאמע לעצטע מינוט דורכגעפירט עטליכע שינויים וועלכע האבן היפש פארדרייט דעם
ארגינעלן ציל פונעם פעלדער געזעץ, און ערמעגליכט אז דאס זאל קענען ווערן
אויסגעטייטשט "אויף צוויי וועגן", סיי 'לטב' אז דאס זאל אוועקנעמען די
ביז-דעמאלסדיגע געזעצליכע 'עקוויווילענס' פראבלעם, און סיי 'למוטב' אז דאס
זאל גארנישט אוועקנעמען פון די ארגינעלע געזעץ אז יעדע מוסד דארף זיין חלילה
גלייך צו די פובליק שולעס.

למעשה, טראץ וואס דער געזעץ האט בעצם צוגעשטעלט פאר די סטעיט רעגירונג א וועג
אראפ פון בוים, צו בלייבן שטיין ביי די סאבזשעקטס און נישט דורכפירן די שווערע
און ביטערע גזירה, אבער לדאבונינו איז געווען הרשעים כים נגרש, און די מוסרים
האבן געפינען אן אוזן קשבת ביי די פריערדיגע סטעיט עדיוקעישאן קאמישאנער,
פרוי עליע, און זי האט יא באשלאסן צו נעמען דעם שענדליכן וועג און דורכפירן די
ארגינעלע שווערע און ביטערע גזירה, וואס באדראעט רבבות תשב"ר איבער די לענג
און ברייט פון ניו יארק.

און דא דארף מען אונטערשטרייכן, אז זי האט דאס געטאן טראץ וואס ס'שוין דעמאלס
געווען עטליכע יאר וואס אנדערע האבן פרובירט צו זאגן פאר די רעגירונג - כאילו
בשם געוויסע מוסדות - אז "מיר פארבעסערן זיך, מיר טוישן שוין די ביכער, און
מיר גייען נאך טוישן די שעות וכו'", האט דאס טאקע גארנישט אויפגעטון! נאר
אפשר זאגאר געעפנט דעם טיר אז די קאמישאנאר זאל זען אז ס'דא א שאנס מצליח צו
זיין מיט די ביטערע גזירה. היל"ת.

אבער ווי געזאגט, דאס אלעס איז בלויז אויסצוקלארן די פאקטן פונעם 'עבר' פאר
וועמען דאס איז נוגע. אויף למעשה וואו מען האלט יעצט איז די ארגינעלע גזירה
געווארן דורכגעפירט, און 'על של עתה באו' די אלע גדולי ישראל וועלכע חזר'ן
איבער אונזער קלארע שטעלונג אז מיר מאכן נישט קיינע שינויים.



אויך נאכ'ן דורכפירן די ביטערע גזירה: חלילה צו זאגן אז 'מיר גייען זיך
טוישן'!
אצינד ווען מ'שטייט אין א שעת מלחמה, מוז דאס יהדות החרדית פארזעצן ווייטער
ארויסצושטעלן א פאראייניגטן פראנט און דערקלערן מיט פאטאס און א קלארע
אומצוויידייטליכע שטימע: קיין שום פשרות וועלן נישט ווערן איינגעשטעלט, און די
צענדליגער טויזנטער חרדי'שע עלטערן וועלן נישט ערלויבן די רעגירונג
אריינצורעדן און איינטיילן דעם חינוך פון אונזערע קינדער!

די גדולי ישראל שטייען זייער פעסט מיט זייער מהלך, אז צו זאגן פאר די
רעגירונג "מיר טוישן זיך, מיר גייען זיך טוישן נאכמער" איז א שרעקליכע טעות,
און דער פאראייניגטער מהלך וועט זיין בלויז איינס: די מוסדות טוישן גארנישט!
מיר האבן קיינמאל נישט מסכים געווען צו טוישן אונזער סטאטוס, און מיר גייען
ווייטער גארנישט טוישן. אונזער חינוך איז דאס בעסטע וואס ס'קען זיין, די
אומה"ע קענען זיך קומען ביי אונז לערנען... נישט ח"ו פארקערט!

מ'האט שוין געזען פאריאר אז ווען דאס יהדות החרדית האט געוויזן א פעלזן פעסטן
פאראייניגטן פראנט און באוויזן צו עררייכן אן אומגלויבליכע 140,000 פעטיציעס
קעגן די פריערדיגע ווערסיע פון דעם שענדליכן געזעץ, האט די רעגירונג זיך
געבראכן, און אצינד ליגט אויף אונז א פליכט צו ווייזן ווייטער שטארקייט און
אומבאויגזאמקייט. ובזכות פון זיך האלטן געטריי צו דרכי אבותינו ורבותינו, און
מיט א פאראייניגטן כח הרבים, וועלן מיר זוכה זיין בשם ה' נעשה ונצליח, וכל כלי
יוצר עליך לא יוצלח!

Friday18 Kislev 578112/4/2020

Report
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -במעמד קהל רב בליל המיעוד אודיטאריום הענקי בק"י
-פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#10
לעצטנס ווערן חתונות געשטערט. דאס יהדות החרדית פלאגט זיך מיט די ליבעראלע קאפריזן, אז 'בלעק לייווס מעטערס' ערלויבט יא מאסן פארזאמלומגען, משא"כ 'בלעק בעקיטשעס מעטערס' נישט.

אבער בעפאר די תקופה איז געווען א אנדערע שטער פאר אידישע שמחות, נעמליך: געלט... "אן קיין געלט איז קיין חתנוה נישטא!"

ווען ס'קומט צו א דינער איז דאס נאך שטערקער. אן קיין געלט האט מען גארנישט פון קיין רייכע סעודות, טשיז קעיקס, באגאבטע רעדנער אא"וו. דער "חינוך הבנים והבנות" וועט דערפון גארנישט בענעפיטרן...

ווען איר האלט ביים ארויסגיין מוצש"ק פון שטוב, איר ווייסט שוין מיט וועלעכע טיש בעקיטשע איר גייט, וואו צו פארקן, אא"וו, פארגעסט נישט פון אייער 'טייסטער', ווייל בייים דינער איז דאס די וויכטיגסטע און 'טייערסטער' זאך!
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יוסף לייב סופר -ק"י ר' חיים שרגא פייוול סופר -ק"י
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם שמואל פארקאש -ק"י ר' מאיר ווערטהיימער -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' חיים אלטר אינדיג -מאנסי ר' נפתלי צבי לאנדא -טאהש באולם קרן ויואל משה
און ביים חופה פון די מחותנים ר' יעקב קאפל מעזעי -ק"י ר' ליפא בלומענטאהל -מאנטריאל באולם בית רחל פאראדייס
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
התאומים בני ר' הערש בער שטערן -ק"י
וב"ר שאול נח ניימאן -ק"י
וב"ר חיים הערש יאקאבאוויטש -וומ"ס
וב"ר ישראל מנחם ליכטענשטיין -ב"פ
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכענטליכע סוגיא שיעור אין די שיעורי הישיבה מס שבועות מג:.
Show earlier days