בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךי"ג מנחם אב תשפ"ב8/10/2022

נייעס
ברוך הבא בשם ה'

אין די יעצטיגע מינוטען האט געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינעם קינגסטן אולסטער עירפארט, רבינו שליט''א וועט תיכף פארן אין פליישמאנס ווי דער רבי וועט באזוכען די קעמפ'ס פון תלמידי ישיבתינו הקדושות פון בארא פארק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך

אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט''א פונעם מאונט וואשינגטאן עירפארט, און איז ערווארטעט צו לאנדען בערך 4:40 אינעם קינגסטן אולסטער עירפארט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
נייעס
כי בשמחה תצאו ובשלום תבלון

אין די יעצטיגע מינוטן לאזט זיך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ארויס מביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, צום נאנטן מאונט וואשינגטאן עירפארט, פון ווי דער רבי וועט זיך אומקערן אהיים מיט א פריוואטן פליגער, נאכן וויילן פיר וואכן אויף מנוחת הנפש.

רבינו שליט"א וועט שפעטער נאכמיטאג אפשטאטן א קורצע באזוך אין פליישמאנ'ס, צו די קעמפ'ס פון תלמידי ישבותינו הקדושות פון בארא פארק, און פון דארט וועט זיך דער רבי אומקערן קיין קרית יואל לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"א מנחם אב תשפ"ב8/8/2022

באריכט
צום התשעה באב בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

מצוש''ק ליל תשעה באב ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מעריב אינעם זאל פונעם דערנעבענדיגן טשענדלעיר האטעל.
בעל תפילה: ר' אהרן הערש וועבער הי"ו (וומסב''ג). נאך מעריב האט דער רבי געמאכט ברכת בורא מאורי האש.

בכו תבכה בלילה
נאך מעריב האט רבינו שליט''א געזאגט מגילת איכה וקינות לליל תשעה באב און מקונן געווען על חורבן ביהמ''ק בבכיות עצומות, עס האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

זונטאג תשעה באב אינדערפרי ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם זאל פונעם האטעל, ביי די ברכות האט דער רבי אויך געמאכט די ברכה פון שעשה לי כל צרכי. בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.

עליות. כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן הי"ו (קר"י), לוי: ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו (קר"י), שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, גלילה: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות און די הפטרה א לענגערע צייט בדמעות שליש.

נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב בבכי ומספד, עס האט פארגעזאגט הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, משב"ק. נאך די קינות האט מען געענדיגט אשרי ובא לציון, און עלינו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי באדאנקט פארן די נישט אידישע בעלי בתים פונעם האטעל פארן געבן רשות צו ניצן דעם זאל פאר די תפילות.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה ארום 6:45. דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, געזאגט די ד' פרשיות, ווי דער רבי האט גענומען די ציצית ביי קר"ש, און דערנאך משלים געווען דעם שיר של יום און קוה. בעל תפלה: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים.

עליות. כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י), לוי: הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו (קר''י), שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' ליפא מענדלאוויטש הי"ו (קר"י).

נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די פינף טעגליכע קאפיטלעך תהילים, און דערנאך אנגעטון תפילין דר"ת. מען האט געענדיגט ארום 7:45.

נאך מנחה האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער דעם מנהג צו מען זאגט ברכת כהנים תשעה באב ביי מנחה, און דערנאך האט דער רבי פארציילט די בלוטיגע היסטאריע פון די קרייצצוגלער און איבער פארשידענע קינות וועלכע זענען געמאכט געווארן נאך פארשידענע צרות, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מעריב ארום 9:20. בעל תפלה: ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט, און מען האט געזינגען ניגוני נחמה וגאולה. דערנאך האט זיך דער רבי אנגעטון די שיך.

פון דארט איז דער רבי ארויס פארענט פון ביהמ"ד און אראפשפאצירט די גאס פאר עטליכע מינוט ווי דער רבי האט מחדש געווען די לבנה בשמחה של מצוה, און דערנאך צוריק אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

יהי"ר שיבנה ביהמ''ק בהמהרה בימינו, והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת דברים שבת חזון 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף 'ברך משה', אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה 'עסק התורה' סניף מאנסי.

ערש''ק נאכמיטאג אויפן וועג גייענדיג צום מקוה האבן שלום גענימען תלמידי ישיבה גדולה 'עסק התורה' אינאיינעם מיט'ן מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א.

נאך די מקוה האבן די פאלגענדע בחורים תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא:
הב' אהרן ב"ר זלמן לייב פילאפף הי''ו.
הב' ליפא ב"ר חיים עזריאל פריעד הי''ו.
הב' ליפא ב"ר יואל קויפמאן הי''ו.
הב' ישעי' מאיר ב"ר יואל בלייך הי''ו.
הב' יוסף זונדל בהר"ר דוד הירש שליט''א.
הב' וואלף ב"ר יואל שטיין הי''ו.
הב' משה עמרם ב"ר יצחק מיכאל גראד הי''ו.
הב' אליעזר יו"ט בהר"ר אשר אנטשיל גרובער שליט''א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, ביי חזרת הש''ץ האט דער רבי מאריך געווען בבכיות ובפרט ביי די ברכות פון גאולתן של ישראל. קבלת שבת: הרה''ג ר' שמואל קרויס שליט''א ר''מ במתיבתא.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום גענומען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל הביהמ''ד מיט די תלמידי המתיבתא און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א מנהל ישיבה גדולה עסק התורה.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט''א. מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א (מאנסי) בן הגה''צ אב''ד ווייטצען שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ''אלה הדברים אשר דבר משה'' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.

קה אכסוף: הרה''ג ר' חיים אלימלך יאקאב שליט''א ר''מ במתיבתא, ברכהמ"ז: הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א מנהל ישיבתינו סניף ברך משה.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק החוזה מלובלין זיע''א, וואס די יארצייט איז געפאלן בו ביום שב"ק ט' אב. קה רבון עלם: הר''ר מרדכי הערש גאלדמאן הי''ו (מאנטריאל).

די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי''ו (קר''י). מען האט געענדיגט ארום 1:55.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום דאווענען אים 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יונה צבי האפמאן הי''ו (קר''י), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אהרן מתתי' פריעדלענדער הי''ו (מאנטריאל), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א, בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יהושע מענדלאוויטש הי''ו.

עליות. כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי"ו (קר"י), לוי: הב' ב''ר הערשל לעווי הי"ו (קר''י), שלישי: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו (קר''י) רביעי: הבה''ח ב''ר יואל ווייסמאן הי''ו (וומסב''ג), חמישי: הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א, שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' הערשל לעווי הי''ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
אזוי אויך האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר נכדו הרב נחמן כהנא שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

שביעי: הרה''ח ר' יעקב פריעד הי''ו (קר''י), הוספות: הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א, הרה"ח ר' זלמן לייב בראך הי"ו (קר"י), הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו (ב"פ), הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו (וומסב''ג), הבה"ח ב"ר יעקב לאנדא הי"ו, הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו, ר' אלטר ברוך גפן הי"ו (וומסב''ג), אחרון: הרה"ח ר' אהרן שווארטץ הי"ו (קר"י), מפטיר: הב' ב"ר הערשל לעווי הי''ו, הגבה: ר' יצחק לעווי הי"ו (קר"י), גלילה: הב' ב"ר יואל חיים לעבאוויטש הי"ו (קר"י).

מוסף: הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' משה יואל שפירא הי''ו (מאנטריאל). מען האט געענדיגט 12:45.
ארום 2:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו בת הנולד לנכדו הרב נחמן כהנא שליט''א.

מען האט מאריך געווען מיט נגוני אמונה, גלות וגאולה, בהתעוררות רב.

מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח יוסף דוב ראזענפעלד הי''ו (קר''י), ברוך קל עליון: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי''ו (קר''י).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ומפני חטאינו גלינו מארצינו און ארום גערעדט בעניני חורבן ביהמ''ק.
ברכהמ''ז: הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א. מען האט געענדיגט 3:10.

עטליכע מינוט נאך דע סעודה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, מנחה: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן שווארץ הי"ו (קר''י), כהן: הב' משה ב''ר אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן), לוי: הב' ב''ר הערש יוסף לעווי הי''ו (קר''י), שלישי: הב' בן הר''ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט''א (קר''י), הגבה: רבינו שליט"א, - עס איז געקויפט געווארן דורך ר' אברהם מרדכי גראס הי''ו (וומסב''ג) - גלילה: הב' ב''ר אברהם מרדכי גראס הי''ו.

רעוא דרעווין

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות פון רעווא דרעווין ארום 7:50. דער רבי האט געגעסן א כזית חלה און געוואונטשן לחיים.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יעקב פריעד הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק אויפן פסוק 'גלתה יהודה מעוני' און געטייטשט אז אויב איז מען נישט נזהר בעניני קדושה פארלירט מען די צלם אלוקים ווערן נישט די תפילות נתקבל, און טאקע פארדעם אפילו די אידן האבן מתפלל געווען בציבור איז געקומען דער חורבן ווייל די תפילות זענען נישט נתקבל געווארן, דערנאך האט רבינו שליט''א מאריך געווען בבכיות 'כל דור שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו', דער חתם סופר זי"ע זאגט כשאתם זוכים אתם מונים לבנינה ואם אי אתם זוכים אתם מונים לחורבנה, ''מען שטייט שוין 1954 יאר נאכן חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו'', און דאס איז וויבאלד מען איז מוסיף חטא על פשע און מען טוט נישט תשובה אויף די חטאים, דער רבי האט צוגעענדיגט מיט די ווערטער פונעם רבין פון לובלין זי"ע 'ווען משיח וועט קומען וועט תשעה באב זיין א יו"ט און מען וועט זאגן ותתן לנו ה' אלוקינו את יום התשעה באב הזה' און געווינטשן מען זאל שוין זוכה זיין צו דעם במהרה, ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.

ידיד נפש: הר''ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט''א (קר''י). קל מסתתר: הרה''ח ר' יעקב לאנדא הי''ו.

פארן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט נגוני גלות וגאולה, דערנאך האט דער רבי שליט''א געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 9:10 און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי' מנחם אב תשפ"ב8/7/2022

ווידיאו
שם ישבנו גם בכינו בזכרנו את ציון

רבינו שליט"א ביי אמירת הקינות היינט תשעה באב אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רחם על ציון כי היא בית חיינו

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת שחרית און ביים זאגן בקול בוכים די הפטורה וברכותיה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רבינו שליט"א ביי קריאת מגילת איכה און מקונן זיין על חורבן ביהמ"ק בבכיות נוראות, ליל תשעה באב אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב און ברכת מאורי האש מצוש''ק תשעה באב, אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג