כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט הגה''צ ראש ישיבת וויזניץ ארה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הבה"ח הרב אשר אנשיל ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, יום ב' עקב בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - ברכהמ''ז ומצוה טאנץ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, חדב"ן, מיט הכלה בת הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער בן הגה"צ ר' מנחם שליט"א ראש ישיבת וויזניץ בני ברק וחתן כ"ק אדמו"ר זידיטשויב שיקאגא שליט"א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' מרדכי יודא פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו. ב"ר יואל ברמ"ח ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכען תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים איז אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.
תיכף דערנאך אום 5:50 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל קרויס שליט"א. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, די געהויבענע מחותנים און זיידעס, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג. ביים קבלת פנים האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.
רבינו שליט"א האט מסדר געווען די כתובה, און דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה. איידערן באדעקן האט דער רבי געהייסן רופן צו הערן דער מצב ביי ר' יושע צבי בן שרל ובנו הבה"ח ברוך בענדיט בן חנה גיטל לרפו"ש, וועלכע זענען פון די געשעדיגטע אינעם טעראר אטאקע דעם פארגאנגענעם מוצש"ק בארה"ק.
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד החופה פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן דעם שוואגער דער זיידע פון די כלה הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א מארה"ק. ביי די חופה האט זיך משתתף געווען דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. קריאת הכתובה: הרה"צ ר' ישכר דוב אייכענשטיין שליט"א מזידיטשוב באלטימאר - א פעטער פון די כלה, ברכות ראשונות: כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א - א פעטער פונעם חתן, ברכה אחריתא: הגה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ 15 שליט"א.
עדי קידושין: הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א און הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א. עדי יחוד: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א און הר"ר פנחס אלימלך גליק הי"ו.
נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און און מחותנים.
נאך די חופה אים 7:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה אין חדר אהרן צבי בביהמ"ד הגדול. ובכן צדיקים יראו וישמחו
ארום 8:15 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.
נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
ביי די סעודת החתונה האבן זיך צווישן אנדערע אויך משתתף געווען כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ מאנסי און וויזניץ וומסב"ג שליט"א, און דער רבי האט מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך אויך אליינס מיט געטאנצן במחול לצדיקים. בערך אים 9:45 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה, ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב. אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' ישכר דוב אייכענשטיין שליט"א אב"ד זידיטשויב באלטימאר בן כ"ק אדמו"ר מזדיטשוב שיקאגאו שליט"א וחתן הגה''צ אב''ד ראשית חכמה מאנטריאל שליט''א אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט"א צום שמחת החתונה וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן מיטוואך אין ביהמ''ד הגדול שיכון סקווירא, מיט הכלה נכדת כ"ק האדמורי''ם מסקווירא און וויזניץ מאנסי שליט"א.
ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' ברוך שטערנבוך שליט"א אב"ד וויזניץ בראכפעלד, ברכות ראשונות: הגה''צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ ר' יצחק אייזיק שנעהבאלג שליט"א אב"ד מ'קאלייעוו.
נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען פאר עטליכע מינוטן געזינגען ניגוני התעוררות בשעת רבינו שליט"א שטייט אויפן פלאץ און איז מעורר דעם גאנצן ציבור, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זי"ע.
דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ דעם זיידן הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, די פעטערס בני וחתני כ"ק אדמו"ר זידיטשויב שיקאגא שליט"א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה הגה''צ אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער שליט''א. דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:15.
ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 13
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הבה"ח הרב אשר אנשיל ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, יום ב' עקב בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - סעודת החתונה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הבה"ח הרב אשר אנשיל ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, יום ב' עקב בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מעמד החופה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הבה"ח הרב אשר אנשיל ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, יום ב' עקב בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - קבלת פנים
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הבה"ח הרב אשר אנשיל ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, יום ב' עקב בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - ברכת הקודש
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday18 Menachem Av 57828/15/2022
Report
זונטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד לר' דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, און לבן הנולד לר' ישי שטיין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: בהר"ר דניאל דוד שטיינבערג שליט''א. ב"ר יואל פנחס זיכערמאן הי"ו. ב"ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו. ב"ר יעקב צבי טייטלבוים הי"ו. ב"ר יואל משה פריעדמאן הי"ו. ב"ר שלמה ברוך יודא טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך ארום 12:00 איז רבינו שליט''א ארויף צום ציון רבותינו הקדושים לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס קומט פאר היינט מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך אריין אין אוהל הק' און אנגעצינדן 5 ליכט ביי די ציונים הק' און ביי קבר אמו הרבנית ע''ה. דער רבי געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, און געזאגט קדיש, נאך קדיש האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים. ר' ליפא שפילמאן הי"ו - הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א, באולם כינור דוד. ר' יונתן בנימין וויינגארטן הי"ו הי''ו - ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו, באולם ן בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. אינאיינעם מיט די בחורים תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג, בהנהלת הרה''ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א, די כיתה פון נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א.
נאכן דאווענען זענען די בחורים און מגי"ש אריין אל הקו"פ, ווי רבינו שליט''א האט זיי פארהערט גאנץ הלכות ברכת הפירות, און די בחורים האבן אויך געפרעגט פון רבי'ן עטליכע שאלות ומנהגים אין די מקצוע פון ברכת הפירות וויזוי מ'האט זיך געפירט, ס'האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס אין די ענינים. רבינו שליט"א האט געזאגט קורצע דברי הדרכה וברכה פאר די בחורים, און דערנאך זענען די בחורים אריבער נעמען ברכת הקודש און דער רבי האט געגעבן פאר יעדן א מתנה ספרו לב אהרן - דברים.
דערנאך זענען אריין תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה מארגן מאנטאג למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען דברי הדרכה וברכות קדשו, און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו פארן מנהל און פאר די בחורים.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים. ר' שמשון גפן הי"ו - ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. ר' ראובן אריאל מאואס הי"ו - ר' יואל סאאל הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט"א צו די שמחת החתונה פון בתו הכלה וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אויפדערנאכט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א בקו''פ מקבל זיין ברכות קדשו לקראת די נסיעה לקברי רבותינו הקדושים באייראפא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארהערן תלמידי ישיבה קטנה אהבת התורה וומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט''א, כתה פון נכד רבינו הר''ר יואל אשכנזי שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א נעכטן זונטאג ביים ציון הקדוש פון רבותינו הקדושים, אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, איינצולאדענען צום שמחת החתונה פון נכדו וואס קומט פאר היינט בבית המדרש הגדול.