בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday21 Menachem Av 57828/18/2022

File
גליון 'מגנזי המלך' גליון נ"ט.

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא דצדיקיא שחל בשבוע הבא:

רביה"ק מרן בעל דברי יואל זצוק"ל


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 גליון מגנזי המלך עקב תשפ''ב410 KB
Report
מיטוואך פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי נאך די מקוה ארום 9:20 האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט אויפן יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ שע''י מוסדותינו הק' פון וומסב''ג און בארא פארק.

ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום 'בחורים קעמפ' מחנה רב טוב אין סוואן לעיק, רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון וומסב''ג און ב"פ, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יוחנן מאנן הי"ו.
ב"ר יואל שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף אן ארוחת בוקר אין שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו בשכינות פונעם קעמפ, ווי עס איז אויך פארגעקומען די חתימת שטרות וואס הרה"ח ר' אהרן הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות המקוה בבית מדרשינו אין שכונות קוועיקער היל בגלילות קרית יואל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 1:30 איז דער רבי צוריק אריבער אינעם בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, און אריין אין די בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון וומסב''ג בהנהלת הרה"ג ר' יודא בער טעללער שליט"א און דערנאך אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א.

אויפן וועג ארויף איז דער רבי אריבער צו די ילדי המחנה ווי דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער.

דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד. מען האט געזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכה פאר די בחורים. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די 'אינגל קעמפ' מחנה רב טוב אין מאנטיסעלא, דער רבי איז ארויף צו די בתי מדרשים פון די עלטערע כתות, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א, סניף הר"ר זרח שפירא שליט"א, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, און פאר נאענט צו א שעה ארום שפאצירט צווישן די קינדער און זיך אומקוקנדיג מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים און פארהערט די קינדער.

דערנאך האט דער רבי באזוכט ביי די חדרים פון כתות א' ב' ג'.

נאכן באזוך אין די בתי מדרשים זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים, אינטערוועגנס ארויף צום חדר האוכל האט דער רבי באגריסט מיט א ברכה מיוחדת די גירי צדק וועלכע האבן זיך לעצטענס מגייר געווען דורך הגה"צ אב"ד סענדזשארזש שליט"א.
די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דאן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב"ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער.

איידערן פארלאזן די מחנה האט דער רבי ספעציעל ארויסגערופן די איר-אייניקלעך מתלמידי המחנה און זיי געבן טאשן געלט.

ארום 4:40 האט דער רבי פארלאזט דעם קעמפ, בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ און וואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.

אינטערוועגנס האט דער רבי טעלעפאניש מבקר חולה געווען קיין אר"י ר' יהושע צבי בן שרל ובנו החתן ברוך בענדיט בן חנה גיטל גליק לרפו"ש וועלכע זענען געווען צווישן די געשעדיגטע ביי די טעראר אטאקע דער פארגאנגענעם מוצש"ק אין ירושלים עיה"ק, דער רבי האט גערעדט פריוואט צו יעדן עקסטער, און זיך נאכגעפרעגט אויפן מצב הבריאות און געוואונטשן ברכת קדשו לרפואה שלימה וגמורה בקרוב ובניקל.
ארום 5:00 איז דער רבי אנגעקומען אין מחנה בית רחל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם דארמיטארי בנין וואס וועט קווארטירן קרוב צו פיר הונדערט תלמידות, דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום פרייען פעלד ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזענטער בית רחל תלמידות, די הנהלה רוחניות וגשמיות און אזוי אויך די תלמידי הכולל שע"י המחנה, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל און ווארעם באגריסט רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די תלמידות, און ארומגערעדט איבער די מדת החסד פון די תלמידות פונעם קעמפ, און איבער דעם נייע בנין וואס ווערט געבויעט און ארויסגעברענגט לשבח פון די הנהלה און מסיים געווען בברכות לרוב פאר די הנהלה און די נדבנים.

דערנאך האט הר"ר אלי' שלמה שליט"א פארגעזאגט די פרקי תהילים קאפיטל ל' און קכ"א וואס רביה''ק זי''ע האט איבערגעגעבן מען זאל זאגן ביים הנחות אבן הפינה ביים ביהמ"ד הגדול קר"י קיץ שנת תשל"ו לפ"ק, דערנאך האט רבינו שליט''א געלייגט דעם אבן הפינה און געגאסן די יסודות און מתפלל געווען א תפילה חרישה פאר א לענגערע צייט.

נאכן גיסן דעם אבן היסוד האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מהנהלת המוסדות בקר"י ומראשי המחנה, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די רבני המחנה, די הנהלה און נדבנים צו גיסן דעם אבן הפינה, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע חברי הכולל פון די כולל פונעם מחנה ספרו לב אהרן - דברים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.

מען האט געענדיגט ארום 5:45, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש בקרית יואל.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב משה ווערצבערגער הי"ו - ר' אברהם שמואל גוטמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יואל פאללאק הי"ו (וומסב''ג) - ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו.
ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו - ר' יואל ברא"מ פאלקאוויטש הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.

ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול וויזניץ מאנסי צום שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטריאל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און דערנאך אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים, און אין א עקסטער טאנץ מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דערנאך מיט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, און דערנאך מיט ידידו אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. ארום 1:15 און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
File
גליון "קול התאחדותינו"
פ' עקב שנת תשפ"ב לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
אמירת 'ויתן לך' בצאת השב"ק
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף א באזוך אין מחנה בית רחל ביי די טויזענטער תלמידות בית רחל, אינאיינעם מיטן מעמד הנחת אבן הפינה פאר נייעם דארמיטארי בנין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים מיט די ילדי תשב''ר אין מחנה רב טוב אין מאנטיסעלא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
רבינו שליט"א אויף א באזוך ביי די כתות פון די קלענערע תשב"ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף א באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ד' עקב - ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די גרעסערע תשב"ר, אין מחנה רב טוב אין מאנטיסעלא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
מסיבת לחיים מיט תלמידי מכינה לישיבה כתה ט'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
רבינו שליט"א ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף א באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ד' עקב - תפילת שחרית מיט תלמידי מכינה לישיבה כתה ט', אין מחנה רב טוב אין סוואן לעיק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday20 Menachem Av 57828/17/2022

Report
דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יונה שווארץ הי"ו (ב"פ).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אין באגלייטונג פון גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ ארה''ק שליט"א ובני משפחתו.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יודא הערש שווארץ הי"ו - ר' חיים מאיר ווייס הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' ישראל לאנדא הי"ו - ר' יודא לייב לאוב הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א בבית הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת מוסד חסד לאברהם, מיט נגידים נכבדים מאנ''ש שיחי', עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים, האדמו''ר מסקולען האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און עקסטער געווינטשן פאר'ן בעל אכסניא ר' יודא הי"ו ובני משפחתו.

ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די שבע ברכות דורכ'ן רבין שליט"א פאר די בני המשפחה, ווי עס זענען געלאדענט געווארן די אנשי החברה קדישא דקהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו חבר הוועד פון די צענטראלע חברה קדישא און פארגעשטעלט די זכי' וואס די חברה קדישא האבן צו זיין די געלאדענטע געסט ביים פריוואטן שבע ברכות אינאיינעם מיט מרן רבינו שליט"א, נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצען ציבור.

במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן עטליכע פון די חברה קדישא און פארגעלייגט פארשידענע שאלות בעניני ומנהגי החברה קדישא וואס מאכן זיך כסדר, אויף וואס רבינו שליט"א האט געענטפערט און אויסגעשמועסט באריכות בטוב טעם ודעת, צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן הר"ר חיים אלעזר שפיטצער הי"ו, הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו, הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו, הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו, און נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א.

רבינו שליט''א האט דערנאך משמיע געווען דברות קודש און געגעבן חיזוק והדרכה פאר די חברה קדישא, און משלב געווען דאס ענין פון קידושין ושמחת נישואין מיט חברה קדישא, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר אלע חברה קדישא בברכת ובלע המות לנצח בביאת גואל צדק בב"א.

דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, פאר ברכת המזון האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו.

ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו משמש קהלתינו הק' וומסב''ג ומראשי חברה קדישא, ברכות ראשונות: הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטריאל, ברכה אחריתא: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו מראשי חברה קדישא. מען האט געענדיגט ארום 10:55.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Video
ריזן מאסיווע 35,000 סקווער פיס שאטער אויפגעשטעלט אויפן שטח הענקי 'דעם שוהל הויף בבית מדרשו של רבי' צווישן דעם בנין ביהמ"ד הגדול בקר''י און בנין מבצר הכוללים, פארן היסטארישע כינוס נשים צדקניות פון איבער גאנץ קרית יואל והגלילות קומענדיגע אור ליום כ"ו אב הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מודעות לקראת היומא דהילולא קדישא כ''ו אב
Notice
שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו
Video
שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פאר די חברה קדישא דקהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, נעכטן דינסטאג אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Photos · 5
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בביקור גומלין אצל כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, בבית הרבני הנגיד בנש"ק מוה"ר יודא ווייס הי"ו, עם נגידים נכבדים מאנ"ש שיחי'

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days