יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון מ''מ ומ''ד בקודש כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - סעודת הילולא רבתי בבית מדרשו של בעל ההילולא זיע"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
דינסטאגכ"ו מנחם אב תשפ"ב8/23/2022
ווידיאו
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון מ''מ ומ''ד בקודש כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - עלי' לציון הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון מ''מ ומ''ד בקודש כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' עם סיום ששה סדרי משנה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון מ''מ ומ''ד בקודש כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - תפילת שחרית בישיבה על קברו בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
יומא דהילולא קדישא כ"ו מנחם אב, בקרב קהלותינו הקדושות באייראפע. לאנדאן, מאנטשעסטער, ובמאנטרעאל קאנאדא יצ"ו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
🔥🔥🔥 קול חוצב להבת אש 🔥🔥🔥
דברות קודש מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אצל מעמד הק'כינוס נשים צדקניות תושבי העיר קרית מלך רב - קרית יואל והגלילות יצ"ו אינעם שוהל הויף פון בית המדרש הגדול ביומא דהילולא קדישא כ"ו אב תשפ"ב לפ"ק
דער הייליגער מעמד פאר די אריבער צעהן טויזענט נשים צדקניות האט זיך נארוואס פארענדיגט, יעצט רופט מען אויס דעם סדר פון אלע טויזענטער נשים צדקניות ארויסצוגיין פונעם שאטער, יעדע סעקשן באזונדער מיט א ספעציעלן סדר, אזוי אויך די אלע וואס זענען אין היכל התורה, כדי סזאל נישט קומען ח"ו צו קיין סכנה. די עסקנים פון די באסעס זענען אהנגעזאגט געווארן נישט אוועק צוגיין פאר דער שאטער ליידיגט זיך אויס, און יעדער האט א וועג אהיים, אפילו ס'געדויערט א לענגערע צייט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א הייבט אהן די דברות קודש ביים מעמד קדוש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א ביי זיין דרשה ביים מעמד קדוש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
לבקשת הרבים צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער אנ"ש שיחיו וועלכע ווילן מיטהאלטן דער מעמד קדוש דורכ'ן הוקאפ, האבן די עסקנים צוגעשטעלט נאך טויזענטער טעלעפאון ליינ'ס. אין פאל איינס איז ביזי אדער איבערגעפילט נעמט גראד די קומענדיגע טעלעפאון ליין אין די רייע.
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום מעמד קדוש אינעם גיגאנטישן שאטער, אויפן שוהל הויף בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היות דער גיגאנטישער שאטער איז שוין איבערגעפילט, האבן די עסקנים אין איילעניש געעפענט דעם דערנעבנדיגן ריזיגן היכל התורה בבנין בית המדרש הגדול, צו קענען אקאמאדירן די נאנט צו א 'רבבה' נשים צדקניות מתושבי העיר זאלן קענען מיטהאלטן דעם מעמד קדוש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
אין די יעצטיגע מינוטן ווערט איבערגעפילט דער גיגאנטישער שאטער וואס מ'האט אויפגעשטעלט אינעם שוהל הויף בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, מיט טויזענטער נשים צדקניות מתושבי העיר, וועלכע קומען גרייט לשמוע את דבר ה' פונעם מרא דאתרא קדישא מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ביומא דהילולא רבא פונעם הייליגן מייסד העיר מרן רביה"ק זיע"א.
אזוי אויך שליסן זיך אהן טויזענטער אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר מיטצוהאלטן דעם הייליגן מעמד און הערן די פייער'דיגע דברות קודש דורך א הוקאפ, אויף קול התאחדות אברכים 718.682.2020 - #9, #1
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
פיבערהאפטיגע הכנות ביים ציון המצויינת בביה"ח דקהלתינו הק' אין קרית יואל, צו די יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק זי"ע כ"ו מנחם אב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
יומא דהילולא קדישא כ"ו מנחם אב, בקרב קהלותינו הקדושות בארה"ק ת"ו. עיה"ק ירושלים, בני ברק, בית שמש יצ"ו
זונטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יוסף לייב ווייס הי"ו. ב"ר יואל לאנדא הי"ו. ב"ר יואל ב"ר ברוך ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל הרה"ג ר' ברוך שטערן הי"ו (וומסב''ג) בבית זקנו הרה"ח ר' ישראל בנציון ווערצבערגער הי"ו אויף רעיוואד, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריבערגעפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הנגיד הנכבד ר' אליעזר שיינער הי"ו ואחיו שיחיו, ע"פ אמם ע"ה.
נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א התרגשות'דיגע מסיבת לחיים ומעמד חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד בונה ומקים עולמות של תורה הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה החדש במוסדותינו הק' במאנסי וואס ווערט געבויעט אינטערן ביהמ"ד הגדול, פארן אסטראנאמישן סכום פון פינף מיליאן דאלער, ועל שמו יקרא ''בנין גאלדשטיין''.
ביים מסיבת לחיים האבן אנטייל גענומען די חברי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' פון מאנסי און שפיץ פון הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער פארשידענע פעולות לרומם קרן מוסדותינו הק' אין מאנסי, דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, און געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן ובני משפחתו.
פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק צו די צענטראלע שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבוד רבינו שליט"א ולכבוד חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן רב הביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור.
ביים שבע ברכות האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן גאנצן אויבנאן, דערנאך האט דער רבי געטאנצן עקסטער מיט האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א.
מ'האט געבענטשט פארן זמן צאה"כ, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, ברכות ראשונות: דער זיידע הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, ברכה אחריתא: דער מחותן הגה''צ אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער שליט"א.
נאכן בענטשן האט הרה"ח ר' אבא ווינקלער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות, מען האט געענדיגט ארום 9:20.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים. הר''ר יואל ברי"א שטיין שליט''א - ר' דוד אונגאר הי"ו. ר' יואל בר''מ טייכמאן הי"ו - ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו.
ארום 12:50 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ד מנחם אב תשפ"ב8/21/2022
באריכט
שב"ק פרשת עקב מברכים חודש אלול, שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו, 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס איז רבינו שליט''א ארויס מיטן חתן מביתו נאוה קודש אויפן וועג צום ביהמ"ד און מען האט באגלייט בשירה וזמרה. ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה"צ ר' מאיר יצחק הורוויץ שליט"א אב"ד לינסק ב"פ, מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45.
נאכן דאווענען האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו אויסגערופן א הכרזת קודש איבערצוגעבן אין שטוב די התחייבות פון אלע נשים זיך משתתף זיין ביים היסטארישען אסיפת נשים צדקניות מאנטאג נאכט. אזוי אויך איז פארגעקומען אן אפיעל פאר ת"ת נועם אלימלך עטה"ק בבני ברק. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א מנה"ר ישיבתינו הק' באר התורה וומסב"ג, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד מאגלעניץ.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק פון די הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם' און געטייטשט אז א איד אפילו ער איז נישט אינגאנצן בשלימות, וויבאלד ער האט אין זיך אפילו אביסל קדושה איז ער נישט פארפאלן.
קה אכסוף: הרב יוחנן פנחס טווערסקי שליט"א (מאנטשעסטער), ברכהמ"ז: דער זיידע הגה''צ ראש ישיבת ווינזיץ ארה''ק שליט''א, ברכות ראשונות: הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א אב"ד מאור חיים ב"פ, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' פנחס שלום אייכענשטיין שליט"א אב"ד חודרוב שיקאגא.
די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר יואל בר"י טייטלבוים הי"ו.
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו בדחנא דמלכא אויסגערופן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ, און רבינו שליט"א האט געטאנצן די ריקודי קודש בעוז ותעצומות, און ממשיך געווען דערנאך צו טאנצען מיטן חתן. דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען צו טאנצן דעם זיידן הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א און די מחותנים. און דערנאך האט דער רבי געטאנצן 'אז ביום השביעי' אין א רינג אינמיטן ביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו (וומסב"ג). צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליב הי"ו (וומסב"ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלום ווייסמאן הי"ו (וומסב"ג).
עליות. כהן: הרה"ח ר' אברהם יצחק יודא הכהן קאהן הי"ו (וומסב"ג), לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטריאל), שלישי: הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, רביעי: נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א, חמישי: הגה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א אדמו"ר מאוסטילא, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' חנני' סופר הי"ו.
שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הוספות: החתן ב"ר יונתן בנימין וויינגארטן הי"ו, החתן ב"ר יושע וואלף שווארטץ הי"ו, החתן ב"ר ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו מנהל מוסדותינו הק' בבני ברק, מפטיר: הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו, הגבה: הר"ר אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו, גלילה: הר"ר יואל ברמ"ח ווייס הי"ו.
רבינו שליט"א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב, און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף לרגל די יומדהל"ק פון דודו רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע קומענדיגן דינסטאג כ"ו אב. פתיחה לאנעים זמירות: הרב יוחנן פנחס טווערסקי שליט"א (מאנטשעסטער). מען האט געענדיגט ארום 12:50. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 8:20. מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו (וומסב"ג), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע וואלף שווארטץ הי"ו (מאנסי), כהן: הרב אהרן מאיר קאהן שליט"א (מאנטשעסטער), לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב"ג), שלישי: הגה"צ ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א אב"ד גמזו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' שמשון ווייס הי"ו (לאנדאן).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו פון בני ברק.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק פון די הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' און געטייטשט אז די נחמה פאר כלל ישראל אינעם לאנגן ביטערן גלות מען זאל זיך האלטן, איז די כח פון אברהם אבינו און שרה אמינו וועלכע האבן געמאכט גרים וואס זענען געווען אוכלי שולחנם, וואס האט אריינגעלייגט אין זיי א כח דקדושה, און מען ווייסט נישט ווי די גרים זענען אנגעקומען נאר ווי זענען געגאנגען האבן זיי איבערגעלאזט א רושם אויף שפעטער אין ארץ העמים און באגלייט אונז ביז היינט.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו. פארן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצ"ש איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא די וואך. נאך הבדלה האט רבינו שליט''א געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 10:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בניחום אבלים אצל הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו במאנסי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ב מנחם אב תשפ"ב8/19/2022
באריכט
פרייטאג ערש"ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' יעקב עהרנטאהל הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש-ג"ב-לאנדא אויף די ראצפערט גאס. ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די אנגייענדיגע בוי ארבעט ביים דערנעבענדיגן 'בנין קליין'. דערנאך איז דער רבי אריין צו די תלמידי כתה א' ב' סניף הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א ווי די קינדער האבן געזינגען ניגוני שבת, דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר עטליכע מינוט און אנגעווינטשן פאר די קינדער.
דער רבי האט געדאווענט שחרית מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חיים אויש הי"ו.
נאכן דאווענען איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים. עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל שליט"א און פארגעלייגט פארן רבי'ן די לימודים וואס די קינדער גרייטן זיך צום פארהערן סוף יאר, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן א לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק און אנגעווינטשן פאר אלע קינדער און פאר'ן בר מצוה בחור.
דערנאך איז מען ארויף צו די תלמידי כתות ו' ז' ח' צו די מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים, און מען האט איבער געגעבן א ריזיגן סכום פון 1,340 שעות רציפות מיט וואס די קינדער האבן זיך געגרייט צום באזוך פון רבינו שליט"א, דערנאך האט מען פארגעזינגען חרוזים און דער רבי משמיע געווען דברות קודש פאר די קינדער און מסיים געווען בברכת הקודש.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש לרגל הופעת ספר 'לב אהרן' אויף דברים וואס מיט דעם איז נשלם געווארן גאנץ ספר לב אהרן דרושים ואגדה אויף חמשה חומשי תורה, מהדורא קמא. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די עוסקים במלאכת הקודש און בפרט פארן יו"ר להוצאת ספרי רבינו הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו און פארן נדבן ופטרון ספרי לב אהרן עה"ת הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' מאיר מענדל פישער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר משה יודא מענדלאוויטש הי"ו. ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו. ב"ר חיים יצחק ניישטיין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים. ר' ישראל חיים ווייסמאן הי"ו - ר' יואל ברמ"ח ווייס הי"ו, באולם כינור דוד. ר' ישכר בעריש מייעראוויטש הי"ו - ר' יואל בערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג שופטים אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלאו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים. ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו משמש - הר''ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט''א. ר' יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג) - הר''ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט''א.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.