בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday10 Elul 57829/6/2022

Report
מאנטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משולם איסור לעווי הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר בנימין צבי שטערן הי''ו.
ב"ר אברהם יושע גראס הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 ביז אום 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
הרה"ג ר' מאיר יעקב מויזקאפף ז''ל - הרה''ג ר' ישראל העניך שעהר שליט''א.
ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו - ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' נפתלי צבי רוטנבערג שליט"א אדמו"ר מקאסאן בית שמש וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ''ל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די לעצטערע פעולות לטובה בעניני מזוזות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר משאץ מאנטריאל שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, זכרונות פון די באזוכן פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א אין מאנטריאל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים עריכת שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה''ק מרן הייטב לב זיע''א, ביומדהל''ק ו' אלול בבית מדרשינו הגדול במאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday9 Elul 57829/5/2022

News
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת נכדו שיחי' למז''ט, בן לנכדו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א, בן הגה''צ ר' זלמן לייב שליט''א דומ''ץ במכון להוראה חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר הערש לייב פישער הי''ו.
ב"ר ברוך עקשטיין הי''ו.
ב"ר מענדל פריעדמאן הי''ו.
ביים דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שמואל ברח"ד פריעד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שמעון רובינשטיין הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים, אינאיינעם מיט די בעלי ברית בהיכל הביהמ''ד, ווי מ'האט געמאכט דעם מי שברך.

אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט"א געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' מנחם מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' במאנטרעאל, און הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א רב המכשיר אינעם נייעם פלייש געשעפט דקהלתינו הק' אין מאנטרעאל.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט''א בביתו נאוה קודש, מחותנו הגה"צ ר' יצחק דוד הורוויץ שליט"א אדמו''ר מראצפערט בראזיל, אינאיינעם מיט גיסו הגה"צ ר' זושא בעער שליט"א אדמו"ר מראצפערט מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער אידישקייט אין בראזיל, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

נאכן באזוך ארום 4:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 5:00 איז דער רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די לויה פון הרבנית מזווהיל ע"ה בת גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא, דער רבי איז אויך ארויף צום בית החיים און האט אויסגעווארט ביז נאך די קבורה. ארום 6:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קרית יואל.
ביים אנקומען אויף קרית יואל האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יושע ברי"י ווערצבערגער ע"ה.

ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרבני הנגיד בנש"ק ר' יודא ווייס הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

רבינו שליט''א האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו - ר' יואל בר''י שטיינמעטץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז אום 12:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' אלכסנדר אשר מרגלות שליט"א רב דקהל אהל משה - וויען עסטרייך, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday8 Elul 57829/4/2022

Report
מוצש''ק שופטים 'בצל הקודש'

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה''ג רבי אלעזר מרדכי סופר שליט''א רב דקהלתינו הק' בלינדען ניו דזשערסי וועלכע האט געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש.
שפעטער איז אריין בקו''פ האדמו"ר מראדוויל מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום סיום מסכת קידושין דורך די הונדערטער תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה, בהשתתפות פון די עלטערן און זיידעס.
די בחורים האבן געזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש והדרכה לרגל סיום הזמן.

נאך די דב''ק האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א ספר על הגאולה ועל התמורה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, און נאך מנחה געזאגט די קדישים לכבוד די הילולא קדישא פון הגה"ק מרן הייטב לב זיע"א. קבלת שבת: הרה''ג רבי אלעזר מרדכי סופר שליט''א רב דקהלתינו הק' לינדען, ניו דזשערסי.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40, און ס'איז פארגעקומען אן אפיעל לטובת מוסד רב טוב. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הר''ר שלום יצחק שעהר הי''ו (אנטוורפען).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' מיכאל משה ברים הי''ו (בית שמש), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שלום לעווינטאהל הי''ו (ירושלים).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "כי יפלא ממך דבר במשפט" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה שבמקדש.

קה אכסוף: הרב חיים מאיר שטיין שליט''א נכד האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א, ברכהמ"ז: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה''ק מרן הייטב לב זיע"א, וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג ו' אלול. קה רבון עלם: הרב מאיר פאנעט שליט''א בן האדמו''ר מדעעש היילענד מילס שליט''א.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און ס'איז פארגעקומען א שלום זכר לבן הנולד לר' אלי' בר''ח פארקאש הי''ו, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט''א מו''ץ בקהלתינו. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הר''ר דוד פאלקאוויטש שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' דוד שלמה בערגער הי''ו.

עליות. כהן: החתן ב''ר ישראל לייב כהן הי''ו, לוי: הרה''ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט''א מו''ץ בית מדרשינו דברי יואל, שלישי: החתן ב''ר יו''ט בערגער הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר אהרן וויינשטאק הי''ו, חמישי: החתן ב''ר דוד רובין הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' אלי' בר''ח פארקאש הי''ו.
ר' מרדכי קרויס הי''ו.
ר' משה הלל קרויס הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר שרגא גאנדעל הי''ו, אחרון: הרה''ג רבי מרדכי אלעזר סופר שליט''א רב קהלתינו לינדען, מפטיר: הרה''ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי''ו (בראזיל), הגבה: הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יעקב הערש פערל הי''ו.

מוסף: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יונה דוד פערל הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:00. מנחה: הרה''ח ר' פנחס שפירא הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יוסף אהרן הכהן רובין הי''ו, לוי: הרה''ח ר' מיכל פריעדמאן הי''ו (מאנטשעסטער), שלישי: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אלי' שפיצער הי"ו (קרית טאהש).

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''וה' אמר לכם לא תוסיפון לשוב בדרך הזה עוד'' און געטייטשט אז עס איז דא צוויי אופני תשובה איינס דורך מידת הרחמים דורך א רוח טהרה ממרום, די צווייטע איז חלילה דורך מידת הדין, דורך עוסק זיין במידות צדקה איז מען זוכה אז עס ווערט נתהפך מידת הדין לרחמים, אויך דורך עוסק זיין בתורה ושבתי בבית ה' איז מען זוכה לחזות בנועם ה' צו א קריאה של חיבה משמים, און ממשיך געווען בדברי התעוררות לימי הרחמים והרצון.

ידיד נפש: הרה''ח ר' חיים אלעזר שפיצער הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה''ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 10:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' מנחם מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' במאנטרעאל, און הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א רב המכשיר אינעם נייעם פלייש געשעפט דקהלתינו הק' אין מאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday6 Elul 57829/2/2022

Report
פרייטאג ערש''ק שופטים

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א בבנין גאלדשטיין אויף די רימונוב גאס.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שאול יעקב פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה''ק מרן הייטב לב זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און הב' ישראל ב"ר יואל פאלאטשעק הי"ו האט געמאכט א סיום אויף מסכת יומא, און דער רבי האט געזאגט קדיש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען קורצע דב"ק לרגל סיום הזמן.

דערנאך איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יואל האלפערט שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער, און דערנאך פארטיילט שריים פאר עטליכע אייניקלעך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ברי"ד לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל גראס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ו'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש, חבורות בית אולפנא שע"י תלמידי שיעור ב' פון מתיבתא הק' סניף קדושת יואל אינאיינעם מיטן מנהל הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, אפנעמען דעם ברכת הקודש לרגל דעם סיום הש''ס צעטיילט אין די גאנצע חבורה, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די סדר הלימודים, און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די חבורה, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול במאנסי, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה, בחדרו הפרטי, פאר הונדערטער אנ"ש תושבי מאנסי לקראת הימי הרחמים והרצון, וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה להפקד בדבר ישועה ורחמים

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה''ק מרן הייטב לב זיע''א. און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 10:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדהל''ק, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט דעם סיום ששה סדרי משנה וועלכע איז געלערענט געווארן דורך די חברי הקהילה און געזאגט די קדיש.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א אב"ד עצי חיים סיגוט מאנסי, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

ארום 11:00 האט דער רבי אנגעהויבן משמיע זיין דברות קודש והדרכה דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר' און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע און פון זיין געוואלדיגע צדקות און קדושה, און ארויסגעברענגט רגשי לבבו די זכי' וואס מען האט געהאט צו זיין די יאר אויף שבת אין סיגוט, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' במאנסי, בפרט פון בית מדרשינו הגדול וואס איז א תל תלפיות און געט ארויס אזויפיל תורה ותפילה און צדקה וחסד, די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' סיי ביי די ת"ת און סיי ביי די בית רחל, ווי מען בויעט יעצט נייע בנינים, און דערמאנט אז מען גרייט זיך צו בויען נאך א בנין פאר די ישיבה קטנה, און מען האפט בקרוב צו עפענען א נייעם פלייש געשעפט פאר די שטארקע געברויך פון אנשי שלומינו, און ארויסגעברענגט לשבח פון אנשי שלומינו אז רובא רובא באלאנגען אינעם מחנה אלוקים, און דערמאנט דעם היסטארישן אסיפת נשים צדקניות וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין קרית יואל און געבעטן מען זאל עס אויך מאכן אין מאנסי און דער רב שליט"א זאל משמיע זיין לדעת את הדרך אשר ילכו בה, און מסיים געווען בברכות קדשו.

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט שבע ברכות פון עטליכע חתנים מאנשי שלומינו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

נאכ'ן טיש האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 1:15 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך מוה"ר יודל פערלשטיין הי"ו (ב"פ), דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאך די זמני כניסה ארום 1:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בקר''י, אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי די פלאץ ווי עס וועט בקרוב געעפענט ווערן דער לאקאל פאר די פלייש געשעפט אין מאנסי, ווי הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק, האט צוגעוויזן פאר'ן רבי'ן די פלענער און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Thursday5 Elul 57829/1/2022

File
גליון "קול התאחדותינו"
פ' שופטים שנת תשפ"ב לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
אמירת לדוד ה' אורי וישעי בימי הרצון
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 שופטיםם11.5 MB
Report
מיטוואך פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור בן הרב ישעי' זילבערשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"א פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 5:45 נאכמיטאג ביז אום 12:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך בנש''ק הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו, לע''נ האור החיים הקדוש זיע''א און ווערט אריינגעגעבן דעם זונטאג כי תצא אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און דערנאך געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פון ר' יודא הי"ו לע"נ פונעם אור החיים הק', און איבער די חבורות אור החיים הק' בהיכלי המתיבתא בנדבת לבו הטוב, אויך האט ר' יודא איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די פלענער פונעם גיגאנטישן 6 שטאקיגען בנין ביהמ''ד המפואר ובנין ישיבה קטנה וואס וועט בקרוב געבויעט ווערן אויף די חברון גאס, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל אברהם יעקב ברייער הי"ו (נייטרא) - ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו.
ר' נתן ברוינער הי"ו (וומסב''ג) - ר' דוד שטוהל הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, נאך מעריב זענען אריין תלמידי ישיבת עסק התורה סניף טשעסטער בהנהלת הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה קומענדיגן וואך למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה, און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים, ומאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday4 Elul 57828/31/2022

Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביי תקיעת שופר היינט נאך שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אשר זעליג בלייך הי"ו.
ב"ר ישראל לייב כהן הי"ו.
ביים דאווענען האט דער רבי געזאגט די קדשים לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת אשת חבר פון הרה"ק ר' ישראל יעקב יוקל זצ"ל מוואלאווע, בתו של הגה"ק מרן הייטב לב זצ"ל. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק לרגל סיום הזמן און מסיים געווען בברכות קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך דער רבי באטייליגט ביים לויה פון הרה"ח ר' אברהם יושע ברי"י ווערצבערגער ע"ה, פארענט פון ביהמ''ד ברך משה.

מיטאג ארום 2:45 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' הערשל בערקאוויטש הי"ו ע"פ אשתו ע"ה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יושע צבי בן שרל גליק הי"ו לרפו"ש, פון די געשעדיקטע אין די טעראר אטאקע מוצש"ק נחמו בארה"ק, אויף א קורצע ביקור חולים.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 5:15 ביז אום 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה''ק שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט"א צום שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מיטוואך כי תצא אין בארא פארק, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז אריין מחותנו הגה"צ ר' קלמן יושע באב"ד שליט"א אב"ד דראביטש ב"פ, מקבל זיין ברכת קדשו לקראת די חתונה פון בתו הכלה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday3 Elul 57828/30/2022

Photos · 6
אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ווי דער רבי שליט"א איז איבערגעגאנגען און געחתמ'ט די רעזלוציעס און "יסודות פון די אידישע שטוב" נאכפאלגנ'דיג דעם היסטארישער אסיפת נשים צדקניות פון קרית יואל והגלילות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר. דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ו'.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א אסיפה אינאיינעם מיט רבני ועד משמרת חומתיך הגה''צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א חדב''ן, הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, ראשי הקהילה און חברי וועד הצניעות, אין שפיץ פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, ווי מען האט דן געווען א לענגערע צייט די תקנות ותיקונים גדולים בעניני הצניעות לנשים בקרית יואל, דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן אויף די תקנות, און מכבד געווען הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א אינטערצושרייבן.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 6:00 ביז אום 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' חיים דוד פריעד הי"ו - ר' מאיר ברח"א שפיטצער הי"ו.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' ישראל לייב כהן הי"ו - ר' יואל בר"ה בראך הי"ו, באולם פון כינור דוד.
ר' יואל ברי"י שווארץ הי"ו - ר' חיים טורנהיים הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים.
ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו (מאנסי) - ר' יחזקאל גאלדשטיין הי"ו.
הר''ר חיים משה כ"ץ שליט''א - הר''ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט''א.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days