בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday17 Elul 57829/13/2022

Report
זונטאג פרשת כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ''ד עצי חיים סיגוט אין וויליאמסבורג. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
בן הר''ר אלי' אלטר האראנטשיק שליט''א.
בן הר''ר צבי מאיר גאטליב שליט''א.
ב''ר שמעון אלעזר מארמארשטיין הי''ו.
תאומים בני ר' אליעזר יצחק פעלדמאן הי"ו.
ב"ר וואלף ווייס הי"ו.
רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט די יארצייט פון זקינו הרה''ק רבי ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זצ''ל. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

נאכמיטאג איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון ארום 2:45 ביז אום 6:30 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. נאך די זמני כניסה האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:30 איז רבינו שליט''א אהנגעקומען בבית מדרשינו המפואר בנין בראך, ווי סאיז געווען פארזאמלט א ריזן ציבור לכבוד די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורכ'ן בונה ומקים בנין ביהמ"ד הרבני הנגיד מוה"ר אברהם בראך הי''ו, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש בעוז ותעצומות, און מכבד געווען דעם נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם הי''ו אריינצולייגן די ס"ת אין ארון הקודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

און דערנאך איז דער רבי אריבער בבית בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א מפאר צו זיין די שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל חתנו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה, די חשובע זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און ס'האט זיך פארמירט א שמועס איבער'ן ציון אין וואלאווע און איבער קורות ימי חייו פונעם וואלאווע רב זצ"ל, וועמענס יארצייט איז געפאלן זונטאג. אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעווינטשן די יולדות.

ארום 10:05 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו בנין בראך צו די סעודה מפוארה לגומרה של תורה, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און עס האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה הרבני הנגיד ר' אברהם הי"ו, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "יקימך ה' לו לעם קדוש", און געטייטשט בעניני הכנסת ספר תורה, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ע נדבן ר' אברהם הי"ו וואס האט אהערגעשטעלט די הערליכע מקום לתורה לתפילה ולטהרה, און וואס דער נדבן טוט אלס אויף פאר קהלתינו הק' דאהי ובכל קצבי תבל ובפרט פאר די הייליגע מוסדות יטב לב אין בית שמש.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבער די כשרות סקאנדאל אין לעיקוואד, און ארויסגעברענגט די ווייטאג אז מ'פארלאזט זיך צו געבן השגחה פאר גוי'אישע אייגנטומער, און נאכמער אז אידן מיט בארד און פיאות מיט שטריימעל בעקישע פארלאזן זיך אויף די הכשרים, און מעורר געוועהן לתשובה ולתיקון המעשים בפרט יעצט בימי חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי דערמאנט דעם גזירות החינוך וואס הויערט אויפן יהדות ניו יארק, און געזאגט "תעיר ותריע להכרית כל מריע" מיט שופר וועט מען אפשטעלן די גזירות, אונז האמיר אן הבטחה "יקימך ה' לו לעם קדוש" ס'וועט פארבלייבן אן עם קדוש מיט'ן אויבערשטער'ס הילף לא ירעו ולא ישחיתו, עס וועט זיי נישט געלונגען צו טוישן נישט חינוך הבנים און נישט חינוך הבנות, אונז גיי מיר גארנישט משנה זיין קיינער וועט אונז נישט רירן אונז גיי מיר מחנך זיין אינעם עתיד אזוי ווי אונז האמיר מחנך געווען אינעם עבר, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:55.

ארום 11:45 איז דער רבי אנגעקומען אין לינדען ניו דזשערזי צום מעמד "פתיחת המוסדות וקביעת מזוזה" פאר מוסדותינו הק' אין לינדען, דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער הבנין, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרב הגאון ר' אלעזר מרדכי סופר שליט''א רב דקהלתינו לינדען, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א, הנהלת המוסדות, די נגידים, און פארן גאנצע ציבור, און משמיע געוועהן דברות קודש, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין לינדען, די אחריות וואס ליגט אויף די ערשטע תושבים וואס שטעלן דעם יסוד פאר די שטאט, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר אלע חשובע נדבנים ועסקנים.
נאכ'ן לחיים האט זיך דער רבי אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין, און אריין אין די כתות, און מכבד געוועהן דער רב שליט"א צו קובע זיין א מזוזה, דערנאך איז דער רבי אריבער און זיך אומגעקוקט אינעם דערנעבנדיגע בנין פון די בית רחל. ארום 12:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די שמחת הכנסת ספר תורה בביהמ''ד הגדול בקר''י, נעכטן מאנטאג כי תבא, אריינגעגעבן דורך הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 8
סעודה לגמרה של תורה בבית מדרשינו המפואר בנין בראך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 21
געהויבענע שמחת הכנסת ספר תורה בבית מדרשינו המפואר בנין בראך, זונטאג כי תבא, בראשות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אריינגעגעבן דורכ'ן בונה ומקים בנין ביהמ"ד הרבני הנגיד מוה"ר אברהם בראך הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday16 Elul 57829/12/2022

Photos · 4
מעמד פתיחת שערים וקביעת מזוזה בקרב מוסדותינו הק' בלינדען ניו דזשערסי בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫

Sunday15 Elul 57829/11/2022

News
כ"ק רבינו שליט"א קומט יעצט אהן צו די סעודה לכבודה של תורה בבית מדרשינו המפואר 'בנין בראך'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים געהויבענעם מעמד חגיגת הכנסת ס"ת בבית מדרשינו המפואר 'בנין בראך', אריינגעגעבן דורכ'ן בונה ומקים בנין ביהמ"ד הרבני הנגיד מוה"ר אברהם בראך הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
News
רבינו שליט"א קומט יעצט אהן צום געהויבענעם מעמד חגיגת הכנסת ס"ת בבית מדרשינו המפואר 'בנין בראך', אריינגעגעבן דורכ'ן בונה ומקים בנין ביהמ"ד הרבני הנגיד מוה"ר אברהם בראך הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
News
רבינו שליט"א איז יעצט ארויס מביתו נאוה קודש אויפן וועג צום חגיגת הכנסת ס"ת בבית מדרשינו המפואר 'בנין בראך', אריינגעגעבן דורכ'ן פטרון ביהמ"ד הרבני הנגיד מוה"ר אברהם בראך הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
News
ביז געציילטע מינוטן וועט כ"ק רבינו שליט"א דאווענען מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סטריט, און דערנאך ארויס גיין לשמוח בשמחת התורה ביי די חגיגת הכנסת ס"ת צו בית מדרשינו המפואר 'בנין בראך' מנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Report
מוצש"ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו צו די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריין געגעבן היינט זונטאג בבית מדרשינו המפואר ביהמ"ד בנין בראך', רבינו שליט"א האט אריין געשריבן די אותיות, דערנאך האט הרה"ח ר' אברהם הי"ו געצייגט פארן רבי'ן גאר אינטערעסאנטע ווערטפולע היסטארישע ספרי קודש אין כתבי ידות וואס ער האט אין זיין אוצר און דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי איבער געגעבן פאר ר' אברהם א טייערע מתנה א זילבערנע האניג האלטער און האניג, פאר זיינע פולע לייסטונגן לטובת מוסדות יטב לב אין בית שמש, און געוואונטשן לשנה טובה ומתוקה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר אביו הרה"ח ר' שמואל חיים הי"ו, זיין שווער הרה"ח ר' חיים יהושע געלבשטיין הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.

ארום 11:40 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די זאלן פון עידן פאלאס צום סיום מסכת קידושין וסיום הזמן פון כתה ט' מכינה לישיבה, ביים אנקומען האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דערנאך האט נכד רבינו הב' החשוב יקותיאל יהודה ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א געמאכט דעם סיום מסכת קידושין, און האט אויך דערנאך אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים לכבוד דעם געהויבענעם מעמד, דערנאך האט מען פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, עלטערן, און מרביצי תורה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק.
נאך די דב''ק האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים ספר אמרא דמר''א ט"ב על מסכת קידושין.

נאכ'ן סיום ארום 12:50 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט קיין ב''פ צום שמחת השבע ברכות בבית וויזניץ, וויען, דראהביטש, צוגעשטעלט דורך קהילת דראהביטש, ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען בבית הגה"צ אב"ד דראהביטש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט'ן מחותן הגה"צ אב"ד דראהביטש שליט"א איבער הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל וועמעס יארצייט ס'געפאלט היינט זונטאג. דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"ג ר' מאיר מאיער שליט"א און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט די שבע ברכות אין א בעכער וואס איז נאכגעמאכט לויט דעם בעכער פון זקינו הגה''ק בעל ישמח משה זי"ע, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט'ן חתן ומחותנים שליט"א.

פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון העסקן ר' יודל פערלשטיין הי"ו צום שמחת השבע ברכות פון בנו החתן ני"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך געטאנצן מיט'ן חתן ומחותנים. ארום 2:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט''א (ב''פ) מנהל ישיבה לצעירים.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי אינעם ניי רענאווירטער בנין הילמאן. אריינקומענדיג האט דער רבי זיך אומגעקוקט ביי די אנגייענדיגע בוי רענאוואציעס.

ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל תהילות יוסף אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה לצעירים בוומסב''ג, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

פאר מ'האט אויפגעגעבן די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה פאר די בחורים אויפן סמיכות פון די לא תעשה פון שעטנז ומצוות ציצית, פון דא לערנעט מען ארויס עשה דוחה לא תעשה, די טעם פון עשה דוחה לא תעשה איז ווייל אונסא כמאן דלא עביד אמרינן כמאן דעביד לא אמרינן פארדעם איז א עשה שטערקער, פון דעם דארף מען אראפלערנען פאר עבודת ה' אז תירוצים איז טאקע דא אסאך אבער אויפגעטוהן האט מען למעשה גארנישט, און עקסטער גערעדט פאר די בחורים צו לערנען אויף א ריכטיגע מהלך, פארשטיין א ענין לעומקה של תורה, גרונטליך בעיון, און נישט אויבערפלעכליך.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' הערשל הורוויץ שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט''א דומ''ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "לא תלבש שעטנז ופשתים יחדיו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה''ח ר' צבי עקיבה בריייטשטיין הי''ו מנהל מוסדותינו הק' בית שמש, ברכהמ"ז: הגה''צ אבד''ק בית אהרן שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע, וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג י''ג אלול. קה רבון עלם: הרב נחמן כהנא שליט''א בן האדמו''ר מסארעדנא שליט''א (בני ברק).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און ביר און מען האט געזינגען ניגוני שמחה דער רבי האט טועם געווען און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, די זיידעס און דעם גאנצן ציבור.
אזוי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' יואל ברח''א בערגער הי''ו.
ר' יואל בר''י ווייס הי''ו.
ר' אלכסנדר מיטטלמאן הי''ו.
ר' שמואל בר''ש בראך הי''ו.
ר' שמחה בונם קאהן הי''ו.

אז ביום השביעי: הרה''ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' שמשון אליעזר מערמעלשטיין שליט''א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' ישראל חיים שלום יוסף קאהן הי"ו (מאנטריאל), לוי: החתן ב"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו - באווארפן, שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, הוספה: בעל שמחה הרה"ח ר' יואל שלמה טייטלבוים הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לבתו הנולד למז''ט, אחרון: הרה"ח ר' יוסף עסטרייכער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמעון וואלדמאן הי"ו.

מוסף: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי''ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 12:35.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:40. מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יוסף אהרן רובין הי"ו, לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו (קרית יואל), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אלי' פאוועל הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קרית יואל).

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'כי ה' אלקיך מתהלך בקרב מחניך' און געטייטשט אז, באמת זוכה זיין אז די זדונות זאל ווערן זכויות קען מען נאר דורך תשובה מאהבה, אבער אין א זמן פון כובד הגלות קען מען צוקומען צו דעם אפילו דורך תשובה מיראה, און האט ממשיך געווען בקול בוכים א לענגערע צייט מיט שיינע רמזים לרגל ימים הנוראים הממשמשים ובאים.

ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

צו מעריב מוצ"ש האט רבינו שליט''א צוגעשיקט הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק רבי ישראל יעקב יוקל זצ''ל מוואלאווע, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:30

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.

ארום 1:15 האט זיך רבינו שליט''א ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וויליאמסבורג וויילן אויף שב''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא שטיין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלי' בר"ח פארקאש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה.ַפארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר משה ברוך כלב ענגלענדער הי"ו.
ב"ר מרדכי הירש הי"ו.
ב"ר אלכסנדר גרשון ווייס הי"ו.
ב"ר דוד משה שאמועל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור און די סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה' און בעפארברייטונג צום דרשת שבת שובה, מען האט געענדיגט ארום 2:55.

אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה עסקנים פון די סעד ומרפא ארגאניזאציע בארה''ק, העסקן ר' מרדכי פריעד ושותפיו הי''ו, רבינו שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פעולות ומאציל געווען מברכות קדשו.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יחזקאל בערגער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' שמואל הכהן שעהנברוין הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם יושע גפן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און נאך מנחה ביים זמן ר"ת געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ כ''ק אדמו''ר מטעמעשוואר שליט''א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו און ארויס באגלייט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
File
קונטרס דרשות ושיחות קודש שנשמעו מפי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א במעמדי קודש לרגל הכנסת ספר תורה שושן פורים תשפ''א העעל''ט

יו"ל ע"י מוסדותינו הק' שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו, לרגל חגיגת הכנסת ספר תורה ע''י הרבני הנגיד רבי אברהם בראך הי''ו, בבית מדרשינו המפואר בנין בראך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 קונטרס דברות קודש5.8 MB
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט, נעכטן מוצש"ק, בבית הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו צו א סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן היינט זונטאג בבית מדרשינו המפואר 'בנין בראך' אין וויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days