פרייטאג ערש''ק נצבים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג נצבים ה' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הר"ר נח גפן שליט"א שו"ב דקהלתינו הק'. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם הערש וויינבערגער הי"ו. ב"ר אברהם אבא לאזאאר הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' ליפא קאהן ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 5:45 נאכמיטאג ביז אום 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
לרגל הולדת הבן למז"ט אצל נכדו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט''א ר"מ בישיבת אהבת התורה שע"י מוסדותינו הק' וומסב"ג, בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, חדב''ן, חתן הגה''צ אב''ד טשאקאווא שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת נצבים ד' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הר"ר אהרן ווערצבערגער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ברש"ז ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: בן הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א. ב"ר יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו. ב"ר יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו. ב"ר יואל בלייך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אזוי אויך זענען אריין בקו'''פ בחדרו הפרטי תלמידי כתה ח' במוסדותינו הק' בוומסב''ג סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די קינדער וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני תפילה במשך די ימי הקיץ העעל"ט.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, חדב''ן, צום די שמחת החאלאקע פון בנו הילד משה יהושע נ"י, דער רבי האט אפגעשניטן פון די האר און אנגעטוהן א ציצית און קאפל, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, ווי עס איז פארפירט געווארן שיינע שמועסן. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 5:45 נאכמיטאג ביז אום 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אלכסנדר שאלאמאן הי"ו פון בראזיל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך בקו'''פ הגה"צ אב"ד אולם שליט"א פון קווינס, הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, און נאך אנדערע רבנים, פארוועם דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו לקראת השנה החדשה הבעל"ט