זונטאג וזאת הברכה ערב סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב''ר ארי' הערשקאוויטש הי''ו. ב''ר מנחם משה גאלד הי''ו (מאנסי). ב''ר שלמה לייב פרידריך הי''ו (לאנדאן).
נאכן דאווענען האט מען אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א בחדרו הפרטי די ערבות פאר די ד' מינים ווי דער רבי האט איבערגעקוקט און געקליבן ערבות א לענגערע צייט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ושמחת בחגיך - אין שמחה אלא בבשר
אין די אהנגעצויגענע מינוטען פון ערב חג הסוכות זמן שמחתינו קומט אריין די גינסטיגע נייעס אז הנהלת הבוטשער דקהלתינו הק' בוומסב''ג, האט נארוואס געסיינט א ליעס אויף א שפאגל נייע לאקאל פאר די געברויך פונעם פלייש געשעפט אויף מורטיל עוו. ווי עס וועט זיך אי"ה תיכף נאך יו"ט אנהייבן דאס איבערבוי פאר א פראכטפולע פלייש געשעפט וואס וועט ווערן הערליך שיין צוגערישט, מיטן האפענונג אז אין די קומענדיגע חדשים זאל מען קענען עפענען דעם געשעפט צו סערווירן דעם ברייטן ציבור המדקדקים בכשרות הבשר עופות און גסות פון די מערכת השחיטה המהודרת קרית יואל.
אזוי אויך ווערט פארענדיגט די פלענער פונעם געפלאנטן נייעם מאסיווער לאקאל אין די קעיסקעיד געגענט ווי עס וועט גלייכצייטיג אויך אפערירן א מעגא צענטראלע פראסעסינג סענטער, מיט א פראכטפולע קאך, פאר אלע אונזערע פלייש געשעפטן אין וומסב"ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר''ר ברוך עקשטיין שליט''א
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. ביי די זיסע מייערן האט רבינו שליט''א געטיילט שיריים פאר די צענדליגער אויסלענדישע געסט וועלכע זענען געקומען וויילן אויף יו''ט במחיצת הקודש.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א דקהלתינו הק', מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'עלה אל הר העברים הזה הר נבו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון תלמוד עדיף או מעשה עדיף.
קה אכסוף: הרב חיים מאיר שטיין שליט''א, ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המגיד מקאזניץ זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט זונטאג ערב סוכות. קה רבון עלם: ר' חיי הערש שווארץ הי''ו (וומסב''ג).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לכבוד די שלום זכר ביי נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, און מען האט געזינגען נגונים לכבוד די שמחה. אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב''ר פישל ווייס הי''ו. אז ביום השביעי: הרה''ח ר' שלמה הערש בר''מ עקשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יואל יוסף מארקאוויטש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' חיים ראטשטיין הי''ו (ב''פ), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אליעזר היילברוין הי''ו.
עליות. כהן: הרה''ח ר' חיים מאיר ווייס הי''ו, לוי: הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט''א, שלישי: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א ראה''כ אנטווערפען, רביעי: ר' משה יוסף ברא''ש פריעדלענדער הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: ר' שלום פרענקל הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: ר' שלמה זלמן מארקאוויטש הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: הרה''ח ר' זלמן לייב קליין הי''ו (לאנדאן), מפטיר: הרה''ח ר' אליעזר היילברוין הי''ו. נאכן ליינען האבן די צענדליגער געסט גומל געבענטשט, הגבה: הרה''ח ר' אהרן פרענקל הי''ו, גלילה: ר' יואל ברי''ה שווארץ הי''ו.
מוסף: הרה"צ ר' חיים בנימין כהנא שליט''א מספינקא קר''י, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק אהרן גאלדבערג הי''ו (אויסטראליע). מען האט געענדיגט ארום 12:25.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:05. מנחה: הר''ר אברהם משה טויב הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל סאלאמא הי"ו (ארגעטינא), כהן: הר''ר הערשל כ''ץ שליט''א (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' יואל ברא''מ שטיינבערג הי''ו (בני ברק), שלישי: הרה''ג ר' דוד הירש שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הר''ר מאיר לייב קטינא הי''ו (אנטוורפען).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ויאמר אלהם שימו לבבכם לכל הדברים' און געטייטשט אז דורך מקיים זיין מצוות ה' קען מען זוכה זיין צו אריכת ימים דורך צוויי אופנים, אדער דורך מקדמי ומחשכי לבי כנישתא אדער טוען עבודת ה' מיט מיר איכות, און אזוי דארף מען זיך גרייטן צום יו''ט סוכות מקיים זיין די מצוות ה' בהידור זה קלו ואנוהו א שיינע ברכה על נטילת לולב א שיינע לישב בסוכה מיט הארץ און געפיל פארן הייליגן באשעפער.
ידיד נפש: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א ראה''כ אנטווערפען, קל מסתתר: הרה''ג ר' דוד הירש שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:20. מוצש''ק איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה בביתו נאוה קודש. עס איז פארגעקומען די התחלת כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' דוד יודא קאהן הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס איז געשריבן געווארן דורך תלמידי ישיבה לצעירים אין וומסב"ג אינאיינעם מיט הרה''ח ר' יודא ברילל הי''ו (וומסב''ג) לע''נ בנו הבה''ח אלעזר ע''ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו ווי ער האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א הערליכע מייסטערהאפטיגע קיישעלע א הידור מצוה פארן רבינ'ס לולב, מיט א זילבערנעם וואזע פארן לולב, און דער רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען ברכת קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צו די מסיבת חנוכת הבית פון ר' יששכר בער דאווידוויטש הי''ו, דער רבי האט קובע מזוזה געווען דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זיע"א ביומא דהילולא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אין די שפעטע שעות האט דער רבי א לענגערע צייט מסדר געווען און צוגעענדיגט ארויסצושיקן זיינע צדקות לכבוד יו''ט, פאר ת"ח און עניים הגונים פון איבער ניו יארק רבתי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
NoticeNoticeReport
ויחל הבית לבנו"ת!
היסטארישע און שמחה'דיגע מאמענטן בעיר הצדק קרית יואל - אצינד הארט ערב זמן שמחתינו - מיטן אנהייבן די מאסיווע בוי ארבעט אהערצושטעלן נאך א גיגאנטישן 7 שטאקיגע פראכטפולע מבצר ענקי פון אריבער 170,000 סקווער פיס בנין בית רחל החדש, וואס וועט אי"ה זיין די 18'טע בנין פון מוסדות קרית יואל א היסטארישע פערציג מיליאון דאלאר'דיגע פראיעקט וואס די הנהלת המוסדות האט אונטערגענומען צי לינדערן דעם שרעקליכן לחץ זו הדחק וואס הערשט אין די 8 עקזיסטרענדע בניני בית רחל.
די זעלטען מאסיווע פלענער שרייבן פאהר א מלכות׳דיגע בנין פון זיבן שטאקן מיט אכציג קלאסן, 4 חדרי אוכל, גיגאנטישע אוידיטאריום, ועל כולם נאך א הערליכע תקנות חתונה זאל, וואס די הנהלת המוסדות נעמט אונטער לטובת הציבור.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ! - קריה נאמנה קרית יואל מחיל אל חיל! - בונים מבצרים כבירים לנו ולדורותינו!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים!
בנין הגדול והחדש דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק
ריזגע אונטערנעמונג פון קרוב צו פערציג מיליאון דאלאר, און וועט אנטהאלטן א זאל, מקוה טהרה, היכל התורה, שטיבלעך, בית המדרש הגדול, עזרת נשים, היכל הכולל, קומת ישיבה קטנה, עטליכע שטאקן פאר תלמוד תורה. היסטארישע פראיעקט אינטערגענומען געווארן דורכ'ן תורה פילאנטראפ הנגיד הנכבד בונה ומקים עולמות של תורה הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו ואתו עמו הנגיד הנכבד ראש וראשון לכל קדשי בית סאטמאר הרה"ח ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו. אין די טעג ארבעטן די עסקנים צו צוקומען צו די ענדגילטיגע פערמיטן און קענען אנהייבן די פאקטישע מלאכת הבני'.
גדול יהיה כבוד הבית הזה!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
הכנה דרבה בקרב בחורי אנ''ש במאנטרעל לקראת 'המסע הקודש' שבת חיי שרה במאנטרעל יצ''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday12 Tishrei 578310/7/2022
Report
פרייטאג ערש''ק האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יצחק יעקב שמעון ליכטענשטיין הי"ו. ב"ר יואל ראטה הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 12:00 זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש די הונדערטער בחורי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדותינו הק' בקר"י, ווי רבינו שליט"א האט מיט א שטארקע קורת רוח פארהערט די בחורים מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט פארגאנגענעם יאר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אלי' קאהן הי"ו (וומסב''ג). ב"ר גדלי' פאלקאוויטש הי"ו. ב"ר יחזקאל פרענקל הי"ו. ב"ר חיים קארנבלי הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
ארום 7:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז אום 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה היימאן הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.
יום הקדוש תשפ"ג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו
ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו סליחות אין ביהמ''ד הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:20, נאך סליחות זענען אריבער א גרויסע ציבור אנ''ש תושבי קר''י לברך ולהתברך אין ערב יום הקדוש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן. דערנאך ארום 6:45 איז רבינו שליט"א אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי הר''ר יואל בר''מ ווערצבערגער שליט''א האט געשחט'ן דעם עוף, פארן שחט'ן האט דער רבי בודק געווען דעם חלף, און נאכן שחט'ן האט רבינו שליט"א געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכה און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם. אויך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און דערנאך אריין אויף א באזוך אינעם גאנצן בית השחיטה פלענט, און ארום 7:30 אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר פנחס מרדכי קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור, און דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו איז אריין צו רבינו שליט"א ווי דער רבי האט גענומען לקח און דער רבי האט מטיב געווען דעם משמש כנהוג.
נאכמיטאג ארום 2:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יהוסף בביהמ''ד הגדול. פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, די פלייש איז געווען פון די עוף וואס דער רבי האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג, כשר געמאכט דורך הרה''ח ר' נפתלי משה ווייס הי''ו. במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט 'במה אקדם ואכף פני לא יקח שוחד, ובידי אין מעש ועל זאת לבי יפחד' און געטייטשט אז אויף אלע מצוות איז דא א חשש אז די סטרא אחרא זאל עס ח''ו נישט אוועקנעמען, אבער מצוות מילה וואס איז חקוק בגופו של אדם דאס קענען זיי נישט אוועקנעמען, און מיט דעם זכות וועט אוועקגענומען ווערן כל נגע וכל מחלה פון אידישע קינדער.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 3:40.
וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם נאכן טיש איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי ווי עס זענען אריבער אלפי אנ''ש להתברך צום הייליגן טאג.
נאכן בענטשן דעם ציבור איז רבינו שליט"א אריבער צו א פריוואטע מקוה און ארום 4:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדען די נרות שוועה ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, ביי די ווידוי הגדול האט דער רבי מאריך געווען בבכיות. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה. ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט דער רבי געצינדן די נרות יו''ט און צוויי נרות נשמה און א געזונטע לעכט בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אויף יו''ט. דערנאך פארן גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק, בית שמש, און אייראפע. בזאת יבא אהרן אל הקודש ארום 7:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי מעוטף אינעם קיטל, טלית, וועסטל און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה', א גאנץ יאר צוצוקומען צו התעוררות לתשובה און הערן דעם בת קול מהר חורב דארף מען זיין און א העכערע מדריגה, אבער אין דעם הייליגן טאג קען יעדער זוכה זיין צו דעים, צו א התעוררות ורוח תשובה ממרום, און ממשיך געווען בקול בוכים אונזער בקשה צום הייליגן באשעפער צרכי ישראל מרובים ער זאל קוקן אויף אונז און מיט דעי ראיה קומט שוין אראפ אלע השפעות וישיעות, און דעם טאג איז אויך מסוגל הקב''ה זאל משפיע זיין אפילו מען געפינט זיך נידריג נאנט צום שאול תחתית ביז דארט קומט אן די אייבערשטערס רחמנות, און מסיים געווען בברכות לרוב.
נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט''א כנהוג אנגעהויבן בקול דממה דקה 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור דע וידוי מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' און האט אויסגעבראכן און א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.
נאך וידוי האט דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, רבינו שליט"א האט איבערגענומען די ספר תורה און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות און געזאגט אז די תורה הקדושה איז נמשל צו אש און א בזיון פאר די תורה איז ווי א היזק פון אש וואס איז זייער שטארק ווייל כח איר מעורב בו, מען דארף וויסן אזוי ווי מען קוקט יעצט אן די תורה קוקט אױך די תורה יעדן אן און פרעגט װען האמיר זיך דאס לעצטע מאל געטראפן? ובבכיות אויסגעשריגן 'הייליגע תורה זיי אונז מוחל', אונז בעט מיר די תורה הקדושה צו זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל, סוכ''ס איז נישטא אזא פאלק ווי אידישע קינדער און מען איז זיך מקבל קבלות טובות און די תורה וועט משפיע זיין כל הברכות וישועות, מען האט געענדיגט ארום 8:00.
נאך קם רבי שמעון האט רבינו שליט"א אנגעהויבן 'כל נדרי'. צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א און הרה"ג ר' יודא מאיר לייכטאג שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן מעריב. מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ, הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ''ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין, הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד סאוט אכט, הרה''ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו, הר"ר שמחה טייטלבוים שליט"א. נאך מעריב האט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פארגעזונגען אדון עולם און געזאגט די פיר קאפיטלעך תהילים. שיעורי היחוד האבן פארגעזאגט. הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, און נכדי רבינו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, הרב יחזקאל טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, און הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו. שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזונגען הרה"ח ר' לייבוש וויינפעלד הי"ו.
יום הקדוש אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 7:50. רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בבכיות נוראות דער קול בוכים וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד.
אנעים זמירות האט פאר געזאגט הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו, פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אהבת התורה אין וומסב"ג בן הגה"צ ר' העניך שליט"א - חדב"ן, מען האט געענדיגט שחרית ארום 12:15.
פתיחות ביי שחרית זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו, הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו (בראזיל), הרה"ח ר' מענדל גראס הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה''ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו, און הרה"ג ר' בנימין ליכטנשטיין שליט"א.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און האט געלייענט בהתעוררות רב. עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה ברז''ל גליק הי''ו, לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' חיים לעבאוויטש הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' חיים שלום ביקל הי"ו.
הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' חיים שפיצער הי"ו (סיגעיט), גלילה: הרה"ח ר' מנחם ליבערמאן הי"ו, מפטיר: משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, הגבה די צווייטע ספר הרה"ח ר' חיים הערש סטראלאוויטש הי"ו, גלילה: ר' חיים שלום ביקל הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 12:50, און עס איז געווען פויזע.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו יזכור ארום 1:30 און דערנאך 1:40 צוגעגאנגען צו מוסף.
טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש. ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן. הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו, הרה"ח ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו, הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו, הרה''ג ר' מעכיל ניימאן שליט"א, הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו, הרה"ח ר' יוסף נח לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו.
הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א. די ערשטע כורעים: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו - משמש, און הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו. די צווייטע כורעים: הרה''ח ר' מאיר שטערן הי''ו און הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו. די דריטע כורעים: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטלמאן הי''ו יו"ר קרן מלמדים, און הרה''ח ר' יצחק מנחם בערקאוויטש הי''ו חבר הנהלת ממלכת התורה. די פערטע כורעים: הרה''ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו (מאנטרעאל), און הרה''ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי''ו חבר הנהלת התאחדות אברכים.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:50.
צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' משה אלי' גראס שליט''א, כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט''א, שלישי - מפטיר יונה: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב"פ), גלילה: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו (ב"פ).
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך פאר הנגיד ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו וואס האט געקויפט מפטיר יונה לכבודו של רבינו שליט"א.
תיכף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. פתיחה צו נעילה איז געקויפט געווארן דורך ר' יואל צבי פרייזלער הי''ו.
נאך קדיש תתקבל אום 7:57 האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים!.
נאך מעריב האט רבינו שליט"א אנגעטוהן די שיך, און ארויס פארענט פון ביהמ''ד הגדול און מחדש געווען די לבנה, און דערנאך אריבער אין היכל תהילת יהוסף, און געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט, און אהן געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 9:00, און מען האט ארויסגעלייגט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה. ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
ארום 11:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען איז דער רבי ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר, מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס', ביי די זופ האט מען געשטעלט וויין כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני יו''ט ונגוני שמחה, און מיט ניגוני התעוררות מתפילת היום, מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' הערש אלימלך ט"ב שליט"א רב דבית מדרשינו תפלה למשה בב"פ.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל 'זרענו וכספינו ירבה כחול יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און בדרך דרוש געטייטשט אז אין זכות פון יעקב אבינו ווערט נתברר אז די וועלט איז באשאפן געווארן אויף א תנאי פון שמירת התורה והמצוות, און אידן זענען ראוי פאר רחמים וחסדים, און פאר מחילת עוונות און מסיים געווען בברכות לרוב.
מיט ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ג ר' אהרן מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו ברך משה ב''פ בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.
מאנטאג פרשת האזינו - שלש עשרה מידות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפלה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד קר''י. מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדען 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זיע"א. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
ארום 11:00 איז רבינו שליט"א צוריק אריינקומען אין ביהמ"ד צו אמירת ספר תהילים, בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע טעלער הי"ו. מען האט געענדיגט תהילים ארום 1:20. נאך תהילים האט רבינו שליט"א געזאגט די וידוי הגדול פון רבינו נסים בהתעוררות רב, און דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א.
ארום 2:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום לעיק אויף די קוויקוועי גאס, צו אמירת תשליך ברוב עם, דער רבי האט געזאגט די סדר תשליך בהשתתפות הנפש. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 7:25, בביתו נאוה קודש, פאר מנחה האט דער רבי געצינדען 5 ליכט. און ביים זמן רבינו תם האט דער רבי געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' אלימלך שמשון שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר דוד שמואל לאנדא הי"ו. ב"ר מרדכי משולם זושא שניטצלער הי"ו. תאומים בני ר' מיכאל איצקאוויטש הי"ו. ב"ר שמשון סעגעדין הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
פארמיטאג האט רבינו שליט"א געלייגט די סכך אין די סוכה בביתו נאוה קודש און געזאגט לשם מצוות צל סוכה, און איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און זיך באדאנקט פאר די בחורים העוסקים במלאכת הקודש וואס בויען די סוכה.
לרגל הולדת נכדו שיחי' למז''ט, בן לנכדו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט''א, בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, חדב''ן, חתן הגה''צ אב''ד אויסטילא שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
מה נהדר היה כהן גדול בצאתו בשלום מן הקודש
עריכת שלחן הטהור מוצאי יום הקדוש, בתופים ובמחולות במעמד אלפי ישראל, בהיכל בית מדרשינו הגדול בוומסב"ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday10 Tishrei 578310/5/2022
News
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
מוצאי יום הקדוש: אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום עריכת שלחן הטהור בתופים ובמחולות במעמד אלפי ישראל, בהיכל בית מדרשינו הגדול בוומסב"ג.
מען קען מיטהאלטן די הוק-אופ אויף קול סאטמאר בעק אופ נאמבער 3518887117.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי קידוש לבנה און הבדלה, מוצאי יום הקדוש בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג.