שלחן הטהור זמירות ודב''ק, ומעמד שמחת בית השואבה רבתי, נעכטן ליל אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, בהיכל ביהמ''ד הגדול בקרית יואל.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Thursday18 Tishrei 578310/13/2022
NoticePhoto
טויזענט קעפיגער ציבור בביהמ"ד הגדול וומסב"ג, ביים שיעור נפלא בעניני דין תורות, שע"י התאחדות אברכים. דער שיעור האט זיך נארוואס אהנגעהויבן שמעו ותחו נפשכם.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
NoticeAudio
לבקשת הרבים שיקן מיר דא א פייל פונעם באוואוסטן 'נענועים ניגון' מיט אלע פעלער בשלימות, וואס פלעגט געזינגען ווערן יעדן טאג מימי חג הסוכות ביי די הייליגע נענועים פון כ"ק רבותינו הק' זיע"א ויבלחט"א כ"ק מרן רבינו שליט"א.
מחברו החסיד המפורסם ר' דוב בעריש הלוי הורוויץ ז"ל הי"ד, המכונה בשמו הטוב ר' בעריש ווישעווער.
ליל ב' דחוה''מ אושפיזא דמשה רעיא מהימנא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:00 האט רבינו שליט''א געדאווענעט מעריב בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 10:30. נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.
די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג. הרה''ג ר' יואל גוטמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו. הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק וואס משה רבינו האט געזאגט 'האזינו השמים ואדברה' און געטיישטש אז דורך מצוות סוכה העלפט תשובה מיט תפילה אויף אלע עבירות, און א מקוה האט די סגולה פון מכניע צו זיין די קליפות, די זעלבע סגולה האט א סוכה, אזוי וועלן די תפילות ישראל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
ברכהמ"ז: הגה"צ רבי אהרן מרדכי בריסק שליט''א דומ"ץ טאשנאד מאנסי. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 12:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצאי יו"ט ליל א' דחוה"מ - אושפיזא דיעקב שלימתא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה שע''י ביהמ"ד הגדול ארום 11:00. נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.
די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הגה''צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו''ר מדינוב מאנסי. הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד קר''י. הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו באנטוורפען.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה' און געטייטשט אז מיט'ן כח אמונה אינעם בוכ''ע קען מען צוקומען צו תשובה און צו אלע תקונים.
ברכהמ"ז: הגה"צ אב''ד ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו בבארא פארק. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 12:50.
יום א' דחוה"מ
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הר''ר אברהם דוד וואגשאהל שליט''א (מאנסי).
עליות. כהן: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט''א חתן כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, לוי: הרה''ח ר' משה בער לאנדא הי''ו, שלישי: הרה"צ ר' אליעזר צבי הורוויץ שליט''א חתן האדמו''ר מספינקא שליט''א, רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הר''ר ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט''א חתן האדמו''ר מספינקא שליט''א, גלילה:
מוסף: הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט"א.
נאכמיטאג האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש און א ברכת החג דורך א לייוו הוק-אפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק, ביי די סעודת אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ושמחת בית השואבה, אין די סוכה הגדולה שע''י בית מדרשינו הגדול אין שיכון, נאך די דברי תורה לכבוד היום האט דער רבי ארויסגעברענגט זיין קשר מקירוב הלב מיט אנ"ש פון בני ברק, און זיין הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון די קהילה מוסדות און ישיבה, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
פארנאכטס איז הגה''צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד''ק נייטרא מאנסי געווען אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די סוכה שע"י ביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני החג אויף א לענגערע צייט, רבינו שליט''א האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
ליל ב' דיו"ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ח שלום יצחק שעהר הי''ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00 דער עולם איז אריבערגעגאנגען וואונטשן גוט יו"ט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דיצחק' בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין. הגבהת הכוס לקידוש: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.
פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין. די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.
רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זונגען דעם פיוט הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד טאהש קר''י.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה' און געטייטשט אז דער כלל איז מעלין בקודש ולא מורידין אז עס איז געווען א חורבן ביהמ''ק וועט דער ביהמ''ק השלישי זיין גדול כבוד בית האחרון יותר מן הראשון, דאס איז א נחמה פאר בעלי תשובה אז זיי ווערן אין א העכערע בחינה ווי צדיקים גמורים, די שמחה עילאה וואס איז געווען בזמן שביהמ''ק היה קיים, ווען דאס ביהמ''ק וועט אויפגעבויעט ווערן וועט עס זיין אסאך העכער.
פאר ברכהמ''ז האט רבינו שליט"א פארציילט א עובדא ווען דער רבי איז געווען ביי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אין די סוכה ביי אושפיזא דאהרן. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב לוי יצחק טויב שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
נאכן בענטשן האט מען געזינגען דעם נייעם הקפה ניגון און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 12:50.
צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען און געדאווענט בהשתפכות הנפש, און מאריך געווען בעבודת הקודש פון די נענועים בדביקת וברגש קודש, נאך הלל האט רבינו שליט"א פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג און הרב חיים מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ''ד בית שמואל בנימין.
עליות. כהן: הרב נחמן בן הר''ר אשר ישעי' כהנא שליט''א, לוי: החתן ב''ר יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) שלישי: הרה''ח ר' מאיר הירש שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א. הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ג ר' חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א, גלילה: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט''א. מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יוצא ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג), הגבה דעם צווייטן ספר: הרה''ג ר' אלטר טייטלבוים שליט''א, גלילה: הרב חיים מאיר שטיין שליט''א.
מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' משה קאפפל הי''ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 2:10.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען דעם פיוט פון יוצר, און דער רבי האט דערנאך מכבד געווען מען זאל זינגען ניגוני שמחה לכבוד יו''ט. ברהמ"ז האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכדו הב' דוד דוב מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
נאכמיטאג ארום 7:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הר"ר יצחק פייערשטיין שליט"א. ביים זמן ר''ת האט מען זיך געשטעלט מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריין אין די סוכה הגדולה און געמאכט הבדלה. און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור א גוטע וואך א גוט'ן מועד. מען האט געענדיגט ארום 8:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ימים הראשונים של יו"ט סוכות זמן שמחתינו, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
פארנאכטס ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. מערבית איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו מראה"ק. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10, דער עולם איז אריבערגעגאנגען גוט יו"ט זאגן, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דאברהם', בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין, און די תפילה לליל ראשון, און זיך אראפגעזעצט ביי תובו תובו, כנהוג. הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין. די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.
רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זינגען דעם פיוט הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. און געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און געטייטשט אז די אותיות פון די אבות הקדושים זענען געווען אויפגעשריבן אויף די דגלים, די אות ה' פון אברהם וואס איז מרומז אויף מצוות סוכה איז געווען העכער די אידישע קינדער און מגין געווען און איז מגין עד היום הזה.
ברכהמ"ז הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראש העיר, מען האט געענדיגט ארום 12:10.
דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי נאך די מקוה האט רבינו שליט"א מקיים געווען בדחילו ורחימו די מצוות נטילת ד' מינים אינעם סוכה בביתו נאוה קודש, און עקסטערע מייחד געווען א סעט ד' מינים פאר די בחורים געסט פון אויסלאנד.
ארום 9:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' העניך שעהר שליט"א. צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד בהשתפכות הנפש און מאריך געווען עבודת קדשו ביי די נענועים בדביקות וברגש קודש. נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן נכדי רבינו: הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד מנחם זאב, און הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ''ד רב טוב.
עליות. כהן: הרה"ח ר' הירצקא קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי''ו, שלישי: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א. מיט הגבה וגלילה זענען נתכבד געווארן נכדי רבינו. הגבה דעם ערשטן ספר: הרב ליפא רובין שליט''א, גלילה: הרב נחמן כהנא שליט''א, חתני הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, גלילה: הרב יושע לאבין חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
ביי די מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מכבד געווען צו זונגען דעם פיוט, נכדו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
נאכמיטאג ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday17 Tishrei 578310/12/2022
News
סעודת אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, בסוכה הגדולה שע''י בית מדרשינו הגדול בשיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו, ווי עס זענען געהערט געווארן דברי תורה לכבוד היום והאושפיזא ע''י רבני קהילתינו הקדושה, כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א האט גערעדט טעלעפאניש דורך א הוק-אפ און דערביי געוואונטשן ברכת קדשו לרגל החג.