בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday18 Tishrei 578110/6/2020

Report
"..אידישע קינדער דארפן האבן רחמי שמים מדארף נישט צו זאגן יעדער איינער ווייסט די מצב אויף דער וועלט ס'ליידער דא א ביטערע מחלה וואס ס'גייט ארום מ'האט געמיינט מ'האט געהאפט מ'האט מתפלל געווען אז דעי מחלה זאל אפגעטוען ווערן פון כלל ישראל

-ס'געווען א שטיק צייט א פארבעסערונג אידישע קינדער האבן געדאנקט דעם הייליגן באשעפער פאר די חסדי שמים-

אבער ווי מען זעהט יעצט די מצב 'די תפילה און בקשה אבינו מלכינו מנע מגיפה מנחלתיך אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמיך' זייער א הייליגע תפילה און זייער א וויכטיגע תפילה א בקשה צום הייליגן באשעפער דער רופי חולי ישראל ער זאל זעהן אז יודישע קינדער זאלן זיין געזונט