בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday13 Tishrei 578110/1/2020

Report
דאנערשטאג י"ג תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אין דעי טעג האט זיך געווינטשען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א גיסו האדמו"ר מבעלזא

פארגאנגענעם י"ג מידות האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגערופן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און געוואונטשן א ברכת השנה, דער רבי שליט"א האט ווארעם צוריקגעוואונטשן

פארגאנגענעם י"ג מידות האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגערופן גיסו כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און אנגעוואונטשן א ברכת השנה, ס'איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר יואל ב"ר י''מ לאנדא- ק"י
ב"ר שלום גאלדמאן ק"י

דערווייל וועלן מיר נישט שיקן קיין בילדער בחצרות קדשינו פון די עולם לאור המצב וכפי רצון קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ודי למיבן

נעכטן האבן זיך פארהערט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קרוב צו 200 תלמידים פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' בק"י וואס האבן געענדיגט "גאנץ מס' קידושין"
אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️