בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"א תשרי תשפ"א9/29/2020

באריכט
ערב יום הקדוש האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מקיים געווען די מנהג פון כפרות בביתו נאוה קודש די רבי האט געזאגט די לשם יחוד מיט גרויס התעוררות פארגיסענדיג טייכן טרערן דערנאך בני אדם אין ארום געדרייט דעם הינדל זאגנדיג זה חליפתי כנהוג

דערנאך איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום בית השחיטה המהודרת ק"י די רבי האט בודק געווען די חלף
שוחט הרה"ח הישיש ר' נח גפן שליט'א דאס דער לעצטע יאר וואס ר' נח שחט אין בית השחיטה נאכן שחט'ן האט אים דער רבי אנגעווינטשן אריכות ימים ושנים טובים

דערנאך האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מקיים געווען מצוות כיסוי הדם און בודק געווען די חלפים פון די שוחטים און באזוכט א קורצע באזוך אין דער בית השחיטה המהודרת