בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגד' תשרי תשפ"א9/22/2020

באריכט
דינסטאג האזינו

איבער די כלים הטמאים,
אכטונג געבן וועלעכע הכשרים מען עסט ווען מען פארט אוועק, "נישט איבראל מעג מען עסן אפילו ס'איז כשר.."

דברי מוסר בין כסע לעשור
הכנה לימים טובים מיט חסידישע ספרים
לערנען די עבודת כהן גדול פון יום כיפור /הלכות סוכה
ומסיים געווען בברכות קדשו

בנוגע די עירובין בגלילות ק"י
ס'ביי מיר געווען חברי הכולל תלמידי חכמים וואס זענען עוסק בהלכות עירובין
-"ב"ה ק"י איז דא א עירוב וואס איז אויסגעהאלטן לכתחלה לכל השיטות"

"ס'דא 100 עירובין אויסער קרית יואל און זייער אסאך איז לכתחלה נישט כשר געווען אפילו וואס איז יא כשר געווען מיט די צייט ווערט עס צוגרינט"
פסק הלכה: מזאל וויסן א עירוב דארף האבן א הכשר פון א ת"ח אז נישט טאר מען נישט טראגן

נישט אריינברענגן אין די שטוב'ער די אמעריקאנע ענגלישע ליין מאטריאל 'ס'איז נישט געמאכט פאר אונז'
"האט איינער אמאל געזאגט פארוואס טיסטו זיך אפרעדן פון מיר? מיר האבן דאך איין פאטער אין הימעל, האט ער געזאגט מהאמיר טאקע איין פאטער מהאמיר אבער נישט איין מוטער !

וואס איז ביי דיר מותר איז נאך ביי מיר אסור"

דאס דארפן אונז וויסן וואס איז מותר ביי די אמעריקאנע וועלט איז נאך ביי אונז אסור

בנוגע דעם אמעריקאנעם מנהג ארויספארן אויף שבתים ימים טובים אויף די בערג
"עס איז אויסגעקומען צו רעדן מיט א איד יענע וואך שוין נישט קיין אינגערמאן ער דערציילט מיר "ער האט נאך געהערט די רבי ז"ל" דאווענען די הייליגע טעג..!

<<<כ'האב אים געפרעגט ווי ער איז ראש השנה -נישט קיין תושב ק"י "יא ראש השנה איז ער אין די קאנטרי.."

"ס'האט זיך אנגעהויבן שבתים שבועות מהאלט שוין ביי די הייליגע טעג"

ירידות ביי די נשים
"ערוואקסנע מיידלך ארימדרייען ביינאכט און קבוצות ס'נישט "כל כבודה בת מלך פנימה"
די מלבישים ביי די חתונות -די גאונ"ס ס'נישט קיין צניעות'דיגע מידה "דאס איז א מאדערענישע מאד"ע מדארף עס פארשרייען"

בנוגע זיך ארויסציען צו די גלילות קרית יואל:
כ'זאג עס ס'דא א יצר ס'דא א יצר הרע א גשמיות'דיגע יצ"ה
אבער כ'פיל א פליכט צו זאגן
מילא איינער וואוינט אין שטאט און ער קומט פון גוים און ער גייט א פלאץ ווי ס'דא גוים, ערגער ווי אין שטאט איז עס נישט.

"איינער קומט פון קרית יואל און ציעט זיך ארויס" 'גויע'שע שכנים מיט פריצות זימער' אלע גוים האבן איין פנים
"סברענגט נישט קיין גוטס"

עס ליגט א פליכט צו מתפלל זיין א ספעציעלע תפלה אויף געזינט פון גאנץ כלל ישראל ובפרט אויף אריכת ימים פון זקנים ה' יאריך ימיהם בטוב ובנעימים עד מאה ועשרים שנה

די גרויסקייט פונעם פיוט שמע קולינו פון סליחות איין פסוק א ספעציעלע תפילה "אל תשליכנו לעת זקנה ככלות כוחנו אל תעזבנו"
עס איז געווען א ווייטאג אז דעם ראש השנה איז געווען אסאך זקנים החיים אתנו לאוי"ט וואס האבן נישט געקענט קומען און שול, מחמת חולשה

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דרשת צום גדלי' לענגערע דברי מוסר והתחזקות אחר שהעריך בדברי דרוש ופלפול בסיגא חצי שיעור בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל:

היינט דינסטאג ד' תשרי איז געווען די 50 יום הבהיר פון הגה"צ ראש ישיבתינו בני ברק שליט"א נכד רבינו הקוה"ט זי"ע בן כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א חתן האדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א
יאריך ימים על ממלאכתו בקרב קהלתינו הק' בבני ברק העומדת תחת נשיאות קודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️