בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ז אלול תש"פ9/6/2020

באריכט
זונטאג נצבים-וילך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילון געלייגט פאר די בחור ב"ר שלמה אליעזר גליקמאן -בארא פארק

נאכן דאווענען איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי די קינדער פון הרה"ח הישיש ר' אליעזר סופר ע"ה

נעכטן מוצ"ש איז כ"ק רבינו עט"ר הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום נייעם ביהמ"ד צאנז ק"י וועלעכע שטייט בנשיאות הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י ומנהל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל ווי די רבי האט קובע מזוזה געווען.

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ראש ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" האט היינט פארגעלערנט די פערדע סגיא שיעור בסגיא חצי שיעור און היכל ישיבה גדולה "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמעון שווארץ -ק"י ר' אליעזר יו"ט מיהאלי -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' שמואל שפיצער -ק"י ר' אהרן ווייס -ק"י באולם בית רחל פאראדייס

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️