בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגב' מרחשון תשפ"ג10/27/2022

באריכט
דאנערשטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש, ווי עס האבן געהאט די זכיה מיט צו דאווענען תלמידי מכינה לישיבה כתה ט' פון מוסדותינו הק' במאנסי.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אלימלך הכהן שווארטץ הי"ו (קר''י).
ב"ר חיים ישעי' אשר מענדלאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק והדרכה להתחלת הזמן צו לערנען מיט חשק און התמדה, און מעורר געווען צו לערנען די פירוש המלות פון די לשם יחוד פאר הנחת תפילין און פון אהבה רבה, און מסיים געווען בברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 און מעריב ארום 7:15 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

נאך מעריב איז געווען א קורצע זמן כניסה בחדרו הפרטי ווי עס זענען אריין די חתנים וואס האבן חתונה די קומענדיגע וואך.
דערנאך האט דער רבי דארט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו (קר"י), - הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו (קר''י), דער רבי האט געטרונקען לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️