בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday3 Cheshvan 578310/28/2022

Report
פרייטאג ערש''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט זיך רבינו שליט"א אומגעקערט פון פארשעי ווי דער רבי האט געוויילט די לעצטע צעהן טאג אויף אפרוה, למעון קדשו אין קרית יואל.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' בערל אקער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שלמה יצחק איידליס הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️