בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ג מרחשון תשפ"ג11/7/2022

באריכט
זונטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יוסף לייב ברוין הי"ו.
ב"ר נחמי' ניימאן הי"ו.
ב"ר שלמה יעקב לעפפלער הי"ו (ב''פ).

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 9:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב.

אויפדערנאכט ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה צו די צענטראלע שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבוד רבינו שליט"א ולכבוד חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו מתושבי השכונה, מיט פרקי חזנות האט מהנה געווען הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו מחשובי בית המדרש.
ביי די שבע ברכות האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א.

דערנאך האט הגה''צ רבי מאיר צוויבל שליט"א אויפגעטרעטן בפקודת כ"ק רבינו שליט"א און אויפגעפאדערט דער גאנצער ציבור זיך צו באטייליגן דעם דינסטאג אין די גאר קריטישע וואלן און שטימען פאר די קאנדידאטן אינדארסירט דורך קהלתינו ומוסדותינו הק' עפ"י הוראת רבינו שליט"א.

עס אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, און נאך די דברי תורה בעניני נישואין אויך ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די פאלשע און פסול'ע מזוזות וועלכע זענען געכאפט געווארן זיך דרייען אינעם היימישן מארק, און דערביי געצייגט פארן ציבור עטליכע פון די געדרוקטע מזוזות, און מזוזות געמאכט מיט א סטענסיל, וועלכע זענען כמעט אוממעגליך צו דערקענען אפילו פאר א סופר מומחה, און בלויז מיט סייעתא דשמיא איז עס געכאפט געווארן, רבינו שליט"א האט אויפגעפאדערט יעדן איינעם וואס וויל האבן כשר'ע מזוזות זאל עס לאזן שרייבן ביי א סופר, און נישט זוכן מציאות ביי סוחרים אין די גאס

ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, ברכות ראשונות: דער מחותן הרה''ג ר' יושע רובין שליט"א אב"ד ראדאוויץ, ברכה אחריתא: הרה''ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו''ץ בקהלתינו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 916