בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ד מרחשון תשפ"ג11/8/2022

באריכט
מאנטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה בר"מ הירש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל פריינד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:15 בביתו נאוה קודש און דערנאך אריבער שפאצירט צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די שבע ברכות דורכ'ן רבין שליט"א פאר די בני המשפחה, ווי עס זענען געלאדענט געווארן עסקני קהלתינו הק' וואס געבן זיך אוועק למען כבוד קהלתינו הק' מיטן צושטעלן די מעמדים און שמחות בחצרות קדשינו ובפרט דעם פארלאפענעם חודש תשרי העעל"ט, ביים אנקומען איז דער רבי ארויס אין א ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה.

עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו מיט דברי הערכה לכבוד שמחת בית רבינו משולב מיט הכרת הטוב פאר די עסקנים, און דערנאך האט ער אויך אנגעפרעגט פון רבי'ן פארשידענע הדרכות און הוראות וואס איז נוגע פאר עסקנים, אויף וואס רבינו שליט"א האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת.

דערנאך איז פארגעקומען א פאנעל בדברי בדחנות דורך הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יצחק גרינפעלד הי"ו, און ר' חיים הערש גלאנצער הי"ו.
מטעם הקהלה האט נאכדעם אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, מראה"ק.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון עסקנות למען הכלל און אנגעוואונטשן פאר די עסקנים ברכות לרוב.

נאך די דב''ק האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם חתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א. ברכות ראשונות: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. ברכה אחריתא: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, ראה"ק.
נאכן בענטשן זענען די עסקנים אריבער געבן מזל טוב און אפנעמען ברכת קדשו פון רבינו שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 899