בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט"ז מרחשון תשפ"ג11/10/2022

באריכט
מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק יודא פארגעס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב', און ארומגערעדט דברים קילורין לעינים, איבער די נעכטיגע וואלן און ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז דער ציבור ווערט נאכגעשלעפט נאך די גוי'אישע גאס און ווערט אריינגעצויגן אין די גוי'אישע פאליטיק דורך די מחנה מגושמים בקצה המחנה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב ליפא רובין שליט"א בן האדמו"ר מראפשיץ שליט"א וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, חדב"ן, צו די שמחת החאלאקע פון בנו הילד מנחם מענדל נ"י, דער רבי האט אפגעשוירן עטליכע האר און אנגעטוהן דעם טלית קטן און קאפל, און זיך געוואשן צו פת שחרית ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן האדמו"ר מראפשיץ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:10.

נאכמיטאג ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אלפי תלמידי הישיבה גדולה פון אלע סניפים. נאך די דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, האט דער רבי מעורר געווען איבער די תקנות הישיבה ובדברים הצריכים חיזוק אין אלע ענינים און מסיים געווען בברכות לרוב. דער רבי האט געענדיגט די דרשה ארום 3:50.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מען האט געענדיגט ארום 4:20.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' שלום אליעזר גראד הי"ו - ר' יצחק פייערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' דניאל שאלילאף הי"ו - ר' יואל יוסף חיים גאלדשטיין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז אום 11:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו - ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הרב אשר יונה הורוויץ שליט"א בן כ''ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, אינאיינעם מיט מחותנו הרב הערשל ראזענבוים שליט"א, מקבל זיין ברכת קדשו לרגל די שמחת החתונה פון זייערע קינדער וואס קומט פאר מארגן דאנערשטאג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס אין קר"י.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער צו די שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן להרב ברוך רוקח שליט"א, אין שטוב פונעם זיידן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה, חדב''ן רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, און די חשוב'ע זיידעס כ''ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א, און פאר אלע משתתפים. עס האט זיך פארפירט א לענגערע שמועס איבער מנהגי ברית מילה, סיפורי צדיקים, און נאך, דערנאך האט דער רבי געליינט קרי''ש כנהוג און איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 848