בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ז מרחשון תשפ"ג11/11/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי''פ שעהנפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אהל פיגא לרגל די שמחת ברית מילה פון בן הנולד לנכדו הרב ברוך רוקח שליט"א בן הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, חדב"ן.
עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל בריעף הי"ו.
ב"ר יואל מאשקאוויטש הי"ו (מאנסי).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה.
מוהל: דער זיידע כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א, סנדק: כ''ק רבינו שליט"א, סנדק מעומד: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
רבינו שליט''א האט מכבד געווען מיט אמירת הברכות דעם זיידן הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'מאיר' נאכן זיידן האדמו"ר מקאזלאוו זצ"ל.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער אין א רייע ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ''ד, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א, כ''ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יהושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען האדמו''ר מדושינסקיא שליט"א, און מיט די הרחמן'ס הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א מנהל ישיבתינו סניף דברי יואל, און די רמ"י הישיבה, הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א, הרה"ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א, הרה"ג ר' דוד ליכטענשטיין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין אינעם פראכטפול איבערגעבויטע מקוה וואס מען האט פארדאפעלט און מחדש געווען דעם זומער העעל"ט, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו רוח החיים פון ביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט מכבד געווען האדמו''ר מספינקא שליט"א מיט סידור קידושין, און מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכט'ס איידער די זמני כניסה האט די אמטירענדע גאווערנער פון ניו יארק, זיך פארבינדן לבית מרן רבינו שליט"א זיך צו באדאנקען אויף די שטיצע ביי די פארגאנגענע וואלן, און ווידערהוילט איר קראנטע הבטחה צו שטיין צו די רעכטע האנט לטובת חרדי'שע אידן אין ניו יארק מיט וואס נאר מעגליך, ובפרט אויפן געביט פון די מערכה כלפי דעם ערליכן חינוך.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברב"י קראוס הי"ו - ר' יחזקאל כ"ץ הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:15 ביז אום 11:45 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה האט רבינו שליט''א געליינט תנאים פון די מחותנים ר' יואל בר"ש פריעדמאן - ר' אלחנן טויב הי"ו.
און פון די מחותנים ר' משה אברהם שמעי' שאלאמאן ע"ה - ר' יצחק אלי' ביטמאן הי"ו.
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 940