בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ג מרחשון תשפ"ג11/17/2022

באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק א'

ארום 6:00 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט עירפארט, און ארום 6:40 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג צום ביקור המרומם ומסע הקודש קיין מאנטרעאל יצ''ו.

ברוך הבא בשם השם

אום 7:35 אויפדערנאכט האט די פליגער בשעטו''מ געלאנדעט אינעם ארטיגן עירפארט, אינדרויסן ביים עירפארט האבן אפגעווארט בשירה וזמרה א גרויסער ציבור פון אנ''ש מקבל זיין פני קדשו פון רבינו שליט''א, זקני ונכבדי העדה, בעלי בתים אברכים ובחורי חמד, און דער גאנצער עולם איז אריבער שלום געבן.

פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך אברהם פערלמוטער הי"ו.

בבית האכסניא איז אריין בקו"פ אויף א באזוך הרבני הנגיד הנכבד ר' הערשל פריעדמאן הי"ו דער אייגענטומער פונעם באוואוסטן בית השחיטה אגרי-סטאר אין אייאווע, ווי די מערכת השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו איז סטאנציאנירט.

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול והמופאר צום מעמד קבלת פנים רבתי בתופים ובמחולות מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער אנ''ש זקנים עם נערים בחורי חמד וילדי תשב''ר ובראשם די פולע רבני ודייני העיר שליט''א.

ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פראכטפולע חדרי התפילה און דערנאך ארויף אין היכל הביהמ"ד צום פייערליכע מעמד.
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו מגבאי הביהמ"ד, ווי ער האט אויפגערופן הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק', וועלכע האט מיט רגשי הלב באגריסט און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן און געזאגט הארציגע ווערטער לכבוד המאורע, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע פעולות לטובה און השפעה וואס רבינו שליט"א האט, און די זכי' וואס אנשי שלומינו האבן זיך צו מסתופף צו זיין בצילו קדישא של רבינו שליט"א.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט דערמאנט די נסיעות פון רבותינו הקדושים זיע"א אין מאנטרעאל, די השפעות וואס זיי האבן משפיע געוועהן לנצח נצחים, און אין זייער זכות האט מען זוכה געוועהן צום חנוכת הבית פון אזא הערליכן ביהמ"ד לתורה ולתפילה, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' אין מאנטרעאל, די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור 'יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם' און מען זאל ווייטער קענען אנגיין בהרחבת הדעת עד ביאת הגואל בב"א.
נאך די דב"ק האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן אויף שבת פון ניו יארק ווי דער רב שליט''א וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה צוליב א שוואכקייט, דערנאך האט הגה''צ אבד''ק שליט''א אויפגעטרעטן און ארומגערעדט בשבח הקהילה, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה וואס אנ''ש האבן מיט די באזוך פון רבינו שליט"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נגוני שמחה בשעת די גאנצע ציבור אנשי שלומינו זקנים עם נערים זענען אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט.

נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 10:40.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 872