בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ד מרחשון תשפ"ג11/18/2022

באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ב'

דאנערשטאג פרשת חיי שרה


ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בנין שמואל בנימין' צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע קינדער פון כתה ו' און העכער, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די תשב"ר וועלכע האבן עוסק געווען בלימוד התורה פארן דאווענען, דער רבי איז ארומגעגאנגען די טישן און פארהערט די קינדער די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.

רבינו שליט''א האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שלום שווארטץ הי"ו (מאנטרעאל).
ביים ליינען האבן עולה געווען, כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ג רבי מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו הק', שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, גלילה הב' הבר מצוה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א פייערליכע מסיבת לחיים ומעמד 'בני הם' בהיכל הביהמ"ד, דורך די נאענט צו 250 ילדי תשב"ר דקהלתינו הק' פון כתה א' און ארויף, די קינדער האבן געזינגען ניגוני דביקות און עטליכע קינדער האבן פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר נתן בנימין עקשטיין שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים וואס די קינדער שפירן צום געהויבענעם באזוך און צוגעגרייט די קינדער מקבל צו זיין די דב''ק והדרכה פון רבינו שליט"א.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די מלמדים, די קינדער, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די קינדער און מעורר געווען צו נזהר זיין במידת האמת, גיין מיט די ציצית אינדרויסן, דאווענען און זאגן ברכות אויפן קול און מיט כוונה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט דער רבי געגעבן שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער נעמען א געבענטשטע מטבע פון רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 2:30 האט רבינו שליט''א באזוכט ביי די רבני העיר שליט''א ווי עס האט זיך פארצויגן הערליכע שמועסן בתורה וחסידות, סיפורים והנהגות, און נאך.
צום ערשט איז דער רבי אריבער אויף א פריוואטע באזוך ביי גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א פאר א לענגערע צייט.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ור''מ ראשית חכמה מאנטרעאל, אויך איז אנוועזנד געווען תלמידי ישיבתו 'ראשית חכמה' מיט די ראשי הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס בעניני שליחות, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, נאכן באזוך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און דער רב שליט''א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יחיאל מאיר כ"ץ שליט"א אב"ד דזשיבוי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים זיע"א און נאך, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער רב האט ארויסבאגלייט דעם רבין ביז צו די גאס.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א תורה'דיגע שמועס, דערביי האט דער דיין געוויזן פארן רבין תשובות וואס ער האט ערהאלטן פון הרה"ג דומ"ץ קהלתינו מאנטרעאל שליט"א און מען האט ארומגערעדט איבער די הידורים פון א קוואל מקוה, עירובין אין דער אלטע היים, אין סיפורים פונעם ישמח משה זיע"א, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער דיין האט ארויסבאגלייט דעם רבין ביז צו די גאס.

נאכן באזוך ארום 5:00 האט רבינו שליט''א געדאווענעט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

נאך מנחה ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטרעאל שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורים פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיע"א און פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, האדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכן באזוך האט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א געבעטן דער ציבור ארויסצוגיין און האט זיך איינגעשפארט מיטן רבי'ן אויף עטליכע מינוט, און דערנאך האט האדמו''ר מוויזניץ ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א רב דקהל וויזניץ ארה''ק במאנטרעאל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה און סיפורים פונעם דברי חיים זיע"א, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער רב שליט''א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטרעאל, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די שחיטה אין מאנטרעאל, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 7:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מעריב בבית האכסניא, נאך מעריב פון ארום 8:10 איז געווען די ערשטע חלק זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי מאנטרעאל, וואס זענען אריין לויט א פאראויס באשטימטע סדר און האט זיך געצויגן ביז ארום 11:45 אויפדערנאכט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 807