בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגל' מרחשון תשפ"ג11/24/2022

באריכט
מיטוואך פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אברהם אלי' ברי"מ פרידריך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל נפתלי לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק א'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז אום 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' שמואל מרדכי שטיין הי"ו - ר' אלי' שפיטצער הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א בבית הרבני הנגיד ר' יואל עפשטיין הי"ו, עס איז אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע לומדישע שמועס, און דערנאך בסיפורי צדיקים.
האדמו"ר מבוהוש שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביותרת הכבוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.12K