והיה זרעך כעפר הארץ אשר לא יספר מרוב
מוצש''ק איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער יערליכער דינער 'לנצח' לטובת מוסדות קרית יואל מיט אירע 11,500 תלמידים ותלמידות בליעה''ר כן ירבו, אינעם גיגאנטישער 'בית רחל אודיטאריום' בהשתתפות אלפי תושבי קר''י אין שפיץ פון רבני ודייני העיר ובראשם דער מרא דאתרא קדישא ונשיא המוסדות הקדושים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
אנהייב מעמד האט אויפגעטרעטן דער געטרייער אדמיניסטראטער הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו, און דער ראש המנהלים הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט''א, דערנאך האט מען געהערט גאר רייכע שאלות ותשובות בעניני חינוך דורך הרה''ג ר' יוחנן צענווירטה שליט''א, געפרעגט דורכ'ן יו''ר המעמד הרה''ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי''ו.
במשך דעם מעמד האבן מהנה געווען די בארימטע חברה שירה און באגלייטונג פונעם חזן נפלא הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו.
ארום 10:50 איז רבינו שליט"א ערשינען צום דינער, מען האט געזינגען נגוני שמחה לכבוד השמחה בחצרות קדשינו און לרגל די יום ההצלה כ''א כסלו און דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דערנאך האט דער יו''ר המעמד אויסגערופן מיט'ן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי''ו מנהל המוסדות, ווי ער האט געגעבן א רעפעראט איבער'ן מצב הגשמי און דעם אומגלויבליכע בודזשעט פון די מוסדות הק', און ארויסגעברענגט די דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה פון 'מוסדות קרית יואל', ווען אין די פארגאנגענעם יאר האט מען באנייט די נייע 'בנין הישיבה בנין קעפעטש', און אין די יעצטיגע וואכן האט מען זיך שוין אריינגעצויגן אין צוויי שטאקן פונעם מבצר אדיר בנין הת''ת 'בנין קליין' און וועט אין די קומענדיגע חדשים אינגאנצן באנייט ווערן.
דערנאך האט ר' מאיר געמאלדן אז מען גרייט זיך שוין צו בויען נאך צוויי בנינים אדירים, דעם ריזן בנין הבית רחל החדש אויף דראהביטש וואס מען האט שוין אנגעהויבן די בוי ארבייט, און וועט ערהאלטן א פראכטפולע ביליגע חתונה זאל, און אזוי אויך גרייט מען שוין צו די בוי ארבייט אויפן נייעם ריזן בנין התלמוד תורה החדש אויף געציל בערגער, און די צוויי בנינים אליין וועט אפקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער אכציג מיליאן דאלאר!, און דערנאך אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה, און נאך די דברי תורה ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער דעם ענין פון 'בית רחל' און די שטארקע פעולות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א אויף חינוך הבנות די בכל אתר ואתר, און ארומגערעדט בשבח פון 'מוסדות קרית יואל' און ארויסגעברענגט אז 'אין די מוסדות לערנען אזויפיל ווי העכער עלעף טויזענט קינדער בליעה''ר, דאס איז די גרעסטע מוסדות החינוך איבער די גאנצע וועלט, דאס איז בכמות ובאיכות, אין דגמתו אין די גאנצע וועלט סיי אין חינוך הבנים און סיי און חינוך הבנות, מען קומט פון אנדערע מקומות קיין קרית יואל פרעגן ווי אזוי באווייזט מען דאס, מען קומט זיך לערנען פון קר''י', און דערמאנט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה ווען מען האט אנגעהויבן באנייען דעם ריזן בנין התלמוד תורה 'בנין קליין', און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע דחקות וואס הערש אין די בית רחל, און מען הייבט בקרוב אהן די בוי ארבייט פונעם נייעם ריזן בנין הבית רחל וואס וועט זיין די גרעסטע בנין החינוך מיט אזויפיל ווי 75 קלאסן, דער רבי האט זיך אהנגעטראגן צו זיין דער נחשון מיט'ן קויפן א קלאס אינעם בנין, און געבעטן אנ''ש צו ווערן שותפים צו בויען דעם בנין מיט קויפן חדרים.
דערנאך האט רבינו שליט''א נאכאמאל אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די נושא פון כשרות המזוזות און דערביי געצייגט פארן ציבור עטליכע פסול'ע מזוזות, וועלכע מ'קען כמעט נישט דערקענען זייער פסלנות, און אויפגעפאדערט אנ''ש צו קויפן מזוזות בלויז ביי היימישע סופרים, און דערנאך מסיים געווען בברכות לרוב פאר די הנהלה די נדבנים און פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק האט הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו - אדמיניסטראטער, אויסגערופן די נעמען פון עטליכע נדיבי עם וואס זענען שוין יעצט צוגעקומען זיך אנצושליסן צו זיין א שותף מיט רבינו שליט''א און קויפן א כתה אינעם נייעם בנין הבית רחל, און געמאלדן אז דער בנין וועט שוין בס''ד זיין גרייט פון 18 חדשים ביז 2 יאר.
דערנאך האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות לרגל שמחת חתן כלה ר' נחמן ליווי הי"ו. דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
ברכהמ''ז: דער מחותן אבי החתן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א, שבע ברכות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️