בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"א כסלו תשפ"ג12/15/2022

באריכט
דאנערשטאג וישב כ"א כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל טאמבור הי"ו.
ב"ר אברהם יואל ראטה הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק', און דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויף די נייע פליגל וואס איז צוגעבויעט געווארן, און ארומגעגאנגען אינעם נייעם פליגל און זיך אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מעמד סעודת הודאה 'כ''א כסלו' בהיכל המתיבתא של מרן רביה''ק בעל הנס זיע"א - בסניף ברך משה אינאיינעם מיט די תלמידים פון אלע סניפים, מען האט געזינגן חסדי ה' וניגוני הודאה און דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די מרביצי תורה און אלע בחורים, און משמיע געווען דברות קודש והדרכה, און צום ערשט באגריסט דעם חשוב'ן גאסט הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א, מסופרי המלך אצל רביה"ק זיע"א, און ארומגערעדט אז ווען מען איז זיך מתבונן אויף די מצב וואס אידישקייט האט געהאלטן פאר 80 יאר צוריק אין אמעריקע און ווי עס קוקט היינט אויס, קומט פון זיך אליינס ארויס א שבח והודאה פאר הקב"ה פארן מציל זיין רביה''ק זיע"א מגיא צלמות, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט וואס רביה''ק זיע"א האט געהאט צו די בחורים ווי א טאטע צו א קינד, און די געוואלדיגע זכי' און התחייבות וואס מען האט צו לערנען אין א סאטמאר'ע ישיבה, בסיום דבריו האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים וואס זענען עוסק לצמצום הוצאות החתונה סיי לגבי די שטריימלעך און סיי לגבי די מוזיק, און מיט דעם אראפנעמען פון די גרויסע הוצאות וואס ליגט אויף א טאטנ'ס קאפ ביים חתונה מאכן, און מעורר געווען די חתנים, החכם עיניו בראשו מען זאל זעהן צו באשטעלן די תפילין ר"ת גענוג פרי צו קענען האבן מהודר'דיגע תפילין, אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען איבער די תקנה פון רביה"ק זיע"א נישט צו גיין צו חתונות און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:15.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' ציון סאאל הי"ו - ר' מיכאל עג'מי הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו - ר' ליפא פרידריך ע"ה, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' חיים שמואל רייך הי"ו - ר' יעקב נפתלי דרעזנער הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון אום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' אברהם בערגער הי"ו - ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
ר' יוסף לעווי הי"ו - ר' חיים הערש ראטה הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 917