בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ה כסלו תשפ"ג12/19/2022

באריכט
ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה''ח ר' בערל שטיין הי''ו געצינדן די מנורה.

ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל ביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג, און הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען בפרקי חזנות אויפן פיוט פון יונים.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה איבער די שטארקע גנות פון זיך נאכגעבן תאוות עולם הזה, און מעורר געווען נישט זיך לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון תאוות אמעריקע, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט ממשיך געווען די דב''ק פארציילענדיג א סיפור פון זקינו הגה''ק בעל ייטב לב זיע"א, איבער זיך נאכגעבן די תאוות, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️