בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגא' טבת תשפ"ג12/25/2022

באריכט
זונטאג פרשת ויגש ז' דחנוכה - ב' דר"ח טבת 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו.
ב"ר יעקב נפתלי קאסירער הי"ו.
ב"ר קלונימוס זאב שטיינמעץ הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️