בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ח טבת תשפ"ג1/11/2023

באריכט
מוצש''ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבער אינעם אודיטאריום בבנין הבית רחל צום סיום ששה סדרי משנה דורך די הונדערטער ילדי תשב''ר פון מתמידים רץ למשנה, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען זייערע עלטערן און זיידעס.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' לייביש ליש הי"ו, און דערנאך איז פארגעקומען דער סיום ששה סדרי משנה ווי יעדע אינגל האט געלערענט א משנה צו ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה אויף איינמאל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די קינדער וואס געבן אוועק פון זייער צייט צו לערנען משניות, און די שטאלץ וואס עס איז פאר קרית יואל אז אזויפיל קינדער ענדיגן משניות, און געזאגט אז ער האט אויך די זכי' צו זיין א זיידע פון עטליכע אייניקלעך מסיימים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אהל פיגא צום שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה בת חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, מיט החתן בן הרה''ג רבי ארי' מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ ר' יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
מען האט געזינגען די זמירות מלוה מלכה, און עס האבן אויפגעטרעטן די זיידעס הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און האדמו"ר מטאמשוב שליט"א.
רבינו שליט''א האט מסדר געווען די תנאים, די עדות זענען געווען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הר"ר יחיאל יקותיאל יודא רובין שליט"א, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען האדמו''ר מדושינסקיא מיט קריאת התנאים.
רבינו שליט''א האט דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק המגיד מראשית אחרית וכו', און געטיישטש איבער די מחלוקת הצדיקים צו הקב"ה דארף קודם משפיע זיין רוחניות אדער קודם גשמיות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב.
ברכהמ''ז: דער חתן הרב ישעי' שליט"א, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 12:10.

נאכן תנאים איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון האברך הנגיד ר' אלטר ברוך בר"מ לעווי הי"ו בגלילות קר"י, דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א חתימות שטרות ווי די 'מלוה מלכה חבורה' האבן אינאיינעם אפגעקויפט א כתה צו ווערן א שותף מיט מרן רבינו שליט"א אינעם בנין בית רחל החדש במוסדות קר''י, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרי שותפות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט קורא שם געווען פארן כתה 'חדר שבת אחים' און מאציל געווען מברכות קדשו אז אלע שותפים זאלן אליינס זוכה זיין צו קויפן א כתה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️