בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגח' שבט תשפ"ג1/30/2023

באריכט
שב''ק פרשת בא יומדהל''ק פון מרנא ורבנא הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע

פרייטאג נאכמיטאג ארום 4:07 ווען ס'איז די שקיעת הנראית האט רבינו שליט''א כמנהגו זיך פורש געווען ממלאכה.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד בית חב''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת און געזאגט די קדישים לרגל די הילולא קדישא, און הבו לה' געזאגט פסוק בפסוק.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20, דער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פארן ציבור ארום 9:40.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש הר"ר משה אונגאר שליט"א (שיכון סקווירא), מנוחה ושמחה: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א בן האדמו''ר מסאלקא מאנסי.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מי ומי ההולכים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.

קה אכסוף: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבת שיעור ד', ברכהמ''ז : נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם בעל הילולא זקינו הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי ישיבה גדולה שיעור ד', אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אלטר וועבערמאן שליט''א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 11:25.

וביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30.
פאר פסוקי דזמרה האט דער רבי געזאגט קדיש און צוגעשיקט צו פסוקי דזמרה נכדו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, און צו שחרית צוגעגאנגען צום עמוד.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יעקב האפמאן הי"ו (לאנדאן).
בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: ר' מאיר גראס הי"ו, לוי: הרה"ג ר' ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א רב קהל בית ישראל סידערהוירסט, שלישי: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג), חמישי: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג), שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו אינאיינעם מיט זיין שוואגער הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הרה"ח ר' אפרים פישל קיש הי"ו (ב"פ), הוספות: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו (קר"י), נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א, אחרון: הרה"ח ר' יצחק צבי קליין הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו (וומסב''ג).

צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:55.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו מנחה און נאך קדיש געמאכט א עטיפה אויפן טלית מיט א ברכה.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אליעזר וועבער הי"ו (קר"י), בעל קורא: הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, כהן: הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט"א (קר"י), לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו (קר''י), שלישי: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו (קר"י).

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, און מען האט געזינגען דעם נענועים ניגון פונעם בעל הילולא הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א, שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין הי"ו (ב"פ).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והגדת לבנך ביום ההוא לאמר' און געטייטשט אז א איד ווערט באשאפן מיט א צלם אלקים און אזוי ווערן זיינע תפילות נתקבל, אבער אז מען איז חלילה פוגם פארלירט מען דעם צלם אלקים און מען קען נישט מתפלל זיין און מונע זיין גזירות רעות פון אידישע קינדער, מען טראכט אריין עס איז שוין אדורך האלב פון די ימי השובבי''ם וויפל בעסער איז מען שוין געווארן, צו האט מען שוין צוריק באקומען דעם צלם אלקים דורך תשובה כל העבר וקבלה על העתיד, שבת איז גימטריא יפה תואר און איז מסוגל צוריק צובאקומען דעם צלם אלקים, און אזוי אויך דורך גיין אין מקוה קען מען אפוואשן דעם פנים און די תפילות ווערן נתקבל.
ידיד נפש: הרה"ג ר' ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א, קל מסתתר: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א.
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' אלטר וועבערמאן שליט''א, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:15.

ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד בית חב''ד צום שלחן הטהור לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה.
ביי די פיש האט הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבת שיעור ד' געמאכט א סיום אויף מסכת ביצה וואס מען האט מסיים געווען במסגרת הישיבה.
מען האט געזינגען די זמירות למוצש"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן זכותו יגן עלינו.
ביי די סעודה האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וועלכע וויילט אויף אפרוה אין אריזאנע, און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע און ארויסברענגענדיג דאס חשיבות און גרויסקייט פון גיין אין מקוה יעדן טאג, און ממשיך געווען בסיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט.

מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס.
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ ר' מנשה רובין שליט"א אב"ד דינוב קאסא-גראנדא אריזאנע.
מען האט געענדיגט ארום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 829
אין טעלעגראם