בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' שבט תשפ"ג1/29/2023

באריכט
פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע

זונטאג


ארום 8:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי''ו.
נאכן דאווענען האבן די געסט פון שבת זיך געזעגענט.

פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו. צווישן מנחה מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד.
פאר מעריב האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד, און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האבן זיך געזעגענט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 749