בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי' שבט תשפ"ג2/1/2023

באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: ר' שמעון ב"ר אהרן וויינבערגער הי"ו (קר"י).

ארום 1:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה ר' שלמה יודא וויינבערגער הי"ו (קרית טאהש).
נאך מנחה האבן זיך אנ''ש געזעגנט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ארטיגע רב הביהמ"ד הרב שלמה אהרן דענעביים הי''ו פארן אוועקגעגעבן דעם ביהמ''ד און די מקוה פארן רבי'ן ולטובת אנ''ש הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט, און ארום 2:45 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.

אויפן פליגער האט רבינו שליט''א במשך דעם גאנצן וועג עוסק געווען בעיון רב בספרי הראשונים אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן', דער רבי האט געשריבן חידו"ת, און אויך צוגעצייכנט פארשידענע מראה מקומות אין די סוגיא וואס זאל געשיקט ווערן פאר די מנהלי הישיבות אין אר"י און אייראפע, כדי די תלמידי הישיבות זאלן קענען עוסק זיין דערין במשך די סדרי הלימוד איידער מ'פארט צום געהויבענעם שב"ק 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט אויף שבת שקלים הבעל"ט, און אזוי אויך אין די געפלאנטע סדרי הלימוד במשך די ימים הנעלים ווען די תלמידי הישיבות וועלן וויילן בצל הקודש, און די שיעורים וואס רבינו שליט"א וועט דארט משמיע זיין אין אט די סוגיא פאר די הונדערטער בחורי חמד, באותו מקום ווי אבותיו הק' האבן מרביץ תורה געווען לאלפי תלמידים הגונים וישרים.

ארום 9:45 האט די פריוואטע פליגער געלאנדעט אינעם טוטער - בארא עירפארט, און דער רבי האט געדאווענט מעריב אין עירפארט.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג, און ארום 11:00 אנגעקומען בבית הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א ע"פ אשתו הרבנית ע"ה ובני המשפחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרב הגאון ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א מ"מ בקרב קהלתינו הק' בוומסב"ג יצ"ו, לרגל נישואי בתו למז''ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס.

דערנאך איז רבינו שליט''א צוריק געפארן לבית האבלים ווי דער רבי האט פארברענגט פריוואט מיט מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און די קינדער, פון דארט איז דער רבי אין א שפעטע שעה אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 749