בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ז שבט תשפ"ג2/8/2023

באריכט
מאנטאג יתרו חמשה עשר בשבט

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל הרה''ח ר' בנציון יצחק גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ולבן הנולד אצל ר' יצחק אייזיק ליפא ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב יחזקי' טויב הי"ו (מאנסי).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 4:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה ארום 5:15 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד', ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני חמשה עשר בשבט, פארן די קאמפאוט האט דער רבי געמאכט א ברכת העץ און טועם געווען פון טייטלען.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק לכבוד היום משולב מיט דברי חיזוק פאר די בחורים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות בשעת ווען רבינו שליט''א האט פאר א לענגערע צייט געלייענט א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה.
דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון די אתרוג און פארטיילט שיירי אתרוג פאר אלע בחורים.
ברכהמ''ז : הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 7:00.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יחיאל מיכל מייזעלס הי"ו (וומסב''ג) - ר' מרדכי קאהן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר'' אליקים געציל פאללמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יעקב יוסף קרויס הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר חיים הערש קאהן שליט''א - ר' בנציון אלי' זאלדאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 824