בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ח שבט תשפ"ג2/19/2023

באריכט
מוצש''ק בצל הקודש

ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די מסיבת מלוה מלכה לרגל די הילולא קדישא פון מרן הקדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ס''ת געשריבן דורך הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי"ו און ווערט אריינגעגעבן בישיבתינו הק' בלאנדאן.

מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט הר''ר נחמן ברוך שיף הי''ו פארגעזינגען הארציגע דברי חרוזים מלא רגש וגעגועים, איבער די הרבצת התורה בעיר סיגוט ביי רבותינו הק' נבג"מ, און האט אויסגעגראמט דעם געהויבענעם שב"ק מיט אלע דברי תורה פון רבינו שליט''א במשך די שבת, און ממשיך געווען איבער די געוואלדיגע זכי' אז דער רבי האט אונז בוחר געווען צו ברענגן קיין סיגוט און 'אונז זעמער אלע תלמידים פונעם רבי'ן דא אין סיגוט', און ווען אונז גיימיר צום ציון וועלן מיר מתפלל זיין פארן רבי'ן און דער זאל אונז אינזין האבן.

דערנאך האט מען אריינגעברענגט די ס''ת דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות, דער סופר איז געווען הרב חיים יצחק טווערסקי שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מטשערנאביל אשדוד שליט''א.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש א לענגערע תורה בעניני כתיבת ס''ת, און מאריך געווען בדברי הדרכה פאר די בחורים וואס מען נעמט אהיים פון אזא שבת עס זאל באגלייטן א גאנצן לעבן און פארשידענע הדרכות פאר'ן בחור'ישן סדר החיים מ'זאל שטייגן מעלה מעלה.
רבינו שליט''א איז געגאנגען הגבה, גלילה: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל ישיבתינו בלאנדאן, און דער רבי איז ארויס אין א פייערדיגן ריקוד וינועו אמות הסיפים, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם נדבן הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו צו טאנצן, עם בני משפחתו. מען האט געענדיגט אום 1:15

דערנאך האט רבינו שליט''א געהייסן אויסרופן אז טראץ די שפעטע שעה, וועט אי"ה 8:00 צופרי זאך אנהייבן דעם סדר הלימוד אינעם 'ישיבה של מעלה' אויף צוויי שעה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 750
אין טעלעגראם