זונטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי לייב צוויבל הי"ו (מאנסי).
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ג'.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגאון הגדול רבי נתן הכהן קופשיץ שליט"א גאב"ד נחלה ומנוחה בית שמש וחבר הביד"ץ עדה החרדית ירושלים עיה"ק ע"פ אחיו ע"ה.
דאן איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברי"ד לאנדא הי"ו - ר' ברוך עקשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו''ץ בקהלתינו וחבר בבדי''צ - הר''ר יואל גאטליעב הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אום 8 אזייגער איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש ווי רבינו שליט"א האט ממנה געווען פרישע כוחות צו די הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו, ה"ה העסקנים הדגולים הרבני הנכבד ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו (וומסב"ג). הרבני הנכבד ר' אברהם סופר הי"ו (וומסב"ג). הרבני הנכבד ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו (קר"י). הרבני הנכבד ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). וועלכע וועלן אינאיינעם מיט די ביז יעצטיגע אקטיווע הנהלה עומד זיין בראש פון די הייליגע צדקה פון מוסדות יטב לב בארה"ק און די ברייטע אקטיוויטעטן פונעם אמעריקאנעם אפיס צו שאפן די ריזיגע פאנדן פאר די הייליגע מוסדות, און זעלבסט פארשטענדליך צו די זעלבע צייט שטיין בקשר מיט די הנהלות המוסדות ברחבי ארה"ק אויף אלע עניני המוסדות.
רבינו שליט"א האט געזאגט דברות קודש ווי ער האט קודם מיט גרויס צער ארויסגעברענגט די שרעקליכע פאסירונג אין ירושלים עיה"ק דעם פארגאנגענעם שב"ק. און דערנאך ארויסגעברענגט דעם גרויסן זכות צו זיין א חלק פון די עבודת הקודש און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די נייע חברי הנהלה, דערנאך האט הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראשי הנהלת מוסדות יטב לב, איבערגעגעבן פארשידענע ענינים פאר'ן משמר הנכנס זייענדיג יארן לאנג פון די ראשי הנהלת המוסדות, און ארויסברענגענדיג דערביי די זכי' וואס דאס איז צו שטיין לימין קדשו פון רבין שליט"א לטובת מוסדות יטב לב, וואס דאס איז אלע יארן געווען דאס הייליגסטע ביי רבותינו הק' זי"ע ויבלח"ט מרן רבינו שליט"א.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה''ח ר' משה אברהם שעהנברוין הי"ו - הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, משב"ק. נאכן ליינען די תנאים האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו און פארן חתן און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים אין די תנאים זאל פון די מחותנים ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו - ר' יואל בר"ה ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:55 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️